דער אָפּמאַך פֿון די װעלט-מאַכטן מיט איראַן האָט געשאַפֿן אַ ריס אין דער בוענאָס-אײַרעסער קהילה. די אָנפֿירערשאַפֿט שטיצט ישׂראל מיט אירע פֿירװאַרפֿן, אַז איראַן װעט ניט אָפּשאַפֿן איר נוקלעאַרע טעטיקייט; אַ טייל פֿון די משפּחות פֿון די אומגעקומענע בעת דעם אַטענטאַט פֿון 18טן יולי 1994 שטיצט די אַרגענטינער רעגירונג, װאָס האַלט, אַז דער אָפּמאַך מיט איראַן װעט ברענגען רעזולטאַטן אין דער אויספֿאָרשונג פֿונעם אַטענטאַט; און אַ טייל פֿון די משפּחות האַלט, אַז דער אָפּמאַך װעט נאָך מער שטערן די אויספֿאָרשונגען. דערװײַל װערן די דערקלערונגען פֿון אַלע צדדים װאָס אַ טאָג אַגרעסיװער, און די אַרגענטינער רעגירונג האָט כּמעט געשלאָסן דעם דיאַלאָג מיט די פֿאָרשטייערס פֿון דער קהילה. זי האַלט, אַז װײַל די װעלט שטיצט דעם אָפּמאַך מיט איראַן, האָט איר פּאָזיציע זיך פֿאַרשטאַרקט.
***
דער ראַבינער־סעמינאַר האָט דערעפֿנט אַ קורס פֿאַר יונגע אָנפֿירערס, װאָס אַמטירן אין ייִדישע אינסטיטוציעס. נאָך 50 לערן-שעה אין בוענאָס-אײַרעס װעלן די אַספּיראַנטן דורכמאַכן אַ קורס פֿון 2 חדשים אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, װוּ זיי װעלן אויף אַ פּראַקטישן אופֿן אָנװענדן דאָס געלערנטע.
***
אַ נײַער ספּעקטאַקל, װוּ מען מישט אויס ספֿרדישן און אַשכּנזישן פֿאָלקלאָר מיט קלאַסישער פֿלאַמענקאָ־מוזיק איז פּרעזענטירט געװאָרן אין טעאַטער־זאַל פֿון דער בוענאָס-אײַרעסער קהילה. געזאַנג, טענץ און גיטאַרע האָבן פֿאָרגעשטעלט אַ נײַעם צוגאַנג צו אַ קינסטלערישן אויסדרוק, באַזירט אויף דער ייִדישער פֿאָלקס-שאַפֿונג.
***
אין מאָנטעװידעאָ, אורוגװײַ, האָט מען געפֿײַערט 100 יאָר „השומר הצעיר‟. פֿינף דורות האָבן זיך פֿאַרזאַמלט צו דערציילן אַנעקדאָטן, זינגען לידער און זען בילדער און פֿילמען פֿון די דערגרייכונגען פֿון דער באַװעגונג אין אורוגװײַ.
***
אין בוענאָס-אײַרעס פֿײַערט מען דעם 25סטן נאָװעמבער װי דער טאָג פֿון דער רעליגיעזער פֿרײַהייט. די עװאַנגעליסטן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט צו רעאַגירן קעגן אַטאַקעס, װאָס זייערע קירכעס האָבן געליטן במשך די לעצטע חדשים. ייִדן און קאַטאָליקן האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין די פֿײַערונגען און אין די דעמאָנסטראַציעס קעגן דיסקרימינאַציע און אַנטי־רעליגיעזע אַטאַקעס.
***
אורוגװײַ און ישׂראל האָבן געפֿײַערט 65 יאָר פֿון קעגנזײַטיקע באַציִונגען. אין ירושלים און אין מאָנטעװידעאָ האָט מען גלײַכצײַטיק פּרעזענטירט אַ נײַע פּאָסטמאַרקע, װאָס ביידע מלוכות האָבן אַרויסגעגעבן צו דער געלעגנהייט.
***
דער חנוכּת־הבית פֿון ייִדישן מוזיי איז פֿאָרגעקומען אין אַסונסיאָן, פּאַראַגװײַ. דער מוזיי טראָגט דעם נאָמען פֿון ד‟ר קראַכמאַן, אַ זון פֿון דײַטשע אימיגראַנטן, װאָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון נאַציזם פֿאַרן װעלט-קריג. חפֿצים און דאָקומענטן שטעלן פֿאָר די ייִדישע געשיכטע, און דער פֿאָרשצענטער איז אַ סטימול פֿאַר יונגע פֿאָרשערס, װאָס װילן לערנען די געשיכטע פֿון ייִדישן ייִשובֿ אין פּאַראַגװײַ.
***
אַ נײַער פּאַרק פֿון 5 טויזנט קװאַדראַט־מעטער אין לימאַ, פּערו, טראָגט דעם נאָמען פֿון ראַול װאַלענבערג. עס האָבן זיך באַטייליקט אויף דער דערעפֿענונג פֿאָרשטייערס פֿון דער פּערואַנער רעגירונג, פֿון דער קהילה און דער ישׂראלדיקער און שװעדישער אַמבאַסאַדעס.
***
מיט דער שטיצע פֿון דער „דאַיאַ‟ און דער קאַנאַדער אַמבאַסאַדע אין בוענאָס־אײַרעס האָט דער חורבן־מוזיי דערעפֿנט די אויסשטעלונג פֿון פֿינף אַרגענטינער ייִדישע קינסטלערינס. דאָס איז פֿאָרגעקומען אינעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג קעגן דער דיסקרימינאַציע און גװאַלד-מעשׂים קעגן דער פֿרוי.
די אויסשטעלונג טראָגט דעם נאָמען „די שיינקייט פֿון ליכט‟, און די צענטראַלע טעמע איז די פֿרוי.
יאַסמין באַקאַלאַס, שושנה בייבע, הילדאַ קאַץ, נאָראַ פּאַטריטש און אירענע נײַעװסקי זײַנען באַקאַנטע קינסטלערינס. די אויסשטעלונג האָט אויך דערמאָנט דעם 80סטן אַניװערסאַר פֿון „האָלאַדאַמאָר‟, דעם אוקראַיִנישן גענאָציד דורכן הונגער, װאָס דאָס פֿאָלק האָט געליטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.