פּונקט הײַנט, נאָכן אונטערשרײַבן דעם אָפּמאַך צווישן די מערבֿ־לענדער און איראַן, מיטן ציל אָפּצושטעלן איראַנס נוקלעאַרע אַמביציעס, אין אַ צײַט ווען ישׂראל וואָרנט אויסצומײַדן די פּאַסטקע פֿון די איראַנער געשליפֿענע צונגען, וואָס זײַנען פֿיייִק צו פֿאַרפֿירן, פֿאַרנאַרן און פֿאַרקויפֿן די אייגענע ווירדע, אַבי אויספֿירן זייער אייגענעם „פֿיפֿטן שולחן־ערוך‟, — קומט אונטער אַ פּיעסע, וואָס הייסט „די ענגלישע כּלה‟, וואָס האָט טאַקע צו טאָן מיט פֿאַרנאַרן, פֿאַרפֿירן און פֿאַרקויפֿן אַן אומשולדיק ענגליש מיידל. אַן אַלטע מויד, אַ נאַיִווע, נאַרישעוואַטע און באַגלויביקע (אײַלין פֿיני), שטאַמט זי פֿונעם קליינעם שטעטל לידס אין ענגלאַנד, און אַרבעט אין אַ האָטעל בײַם רוימען און רייניקן די לאַטרינען. זי שטויסט זיך אָן אין אַן אַראַבישן יונגנמאַן, און יענער פֿאַרקויפֿט זי אין זאַק אַרײַן.
ווי אַזוי? פּראָסט און פּשוט, ער זאָגט איר צו גאָלדענע גליקן, ער וועט מיט איר חתונה האָבן, זי מיטנעמען קיין ישׂראל, וווּ זײַנע עלטערן וווינען; ער אַליין איז אַ ישׂראלדיקער אַראַבער, די עלטערן האַלטן אים אויס, און ער האַלט בײַם עפֿענען זײַנע אייגענע ביזנעס אין לאָנדאָן, וואָס ס’הייבט זיך נישט אָן און ס’לאָזט זיך נישט אויס. ער שווערט זיך איר אין אייביקער ליבע, ביז זי פֿאַרשוואַנגערט.
די סצענעס האָבן צו טאָן מיט אַלי סאַיִדס (מײַקל גייבריעל גוטפֿרענד) אויספֿאָרשונג שוין אין תּפֿיסה, וווּ ער ליגנערט און טשאַקעט אויף וואָס די וועלט שטייט. אינטערעסאַנט איז דער דיאַלאָג בײַם אויסטויש פֿון נעמען צווישן דעם באַשולדיקטן, אַלי סאַיִד, און דעם באַשולדיקער — דובֿ (עזרה באַרנס), אַן אַגענט פֿון ישראלדיקן „מוסד‟:
„איך בין מיסטער אַלי סאַיִד, און ווער ביסטו?‟
„מײַן נאָמען איז דובֿ.‟
„דאָס איז אַ ייִדישער נאָמען…‟
„ניין! אַ העברעיִשער נאָמען‟, ענטפֿערט דער ישׂראלדיקער אויספֿאָרשער.
פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס האָט מיך אַ קאַפּיטשקע דאָקוטשעט. זעט אויס, אַז די אַמעריקאַנער, ייִדישע דראַמאַטורגין לוסיל ליכטבלאַו, הייבט נישט אָן צו וויסן, אַז העברעיִשע נעמען זײַנען אויך ייִדישע נעמען, אַ חוץ די מאָדערנע צוגעקומענע ישׂראלדיקע נעמען, וואָס האָבן אַ קנאַפּן שײַכות מיט אונדזער ייִדישער קולטור־געשיכטע בכלל.
מיט איין וואָרט, דער אַראַבער ווײַזט זיך אַרויס צו זײַן אַ טעראָריסט, בשותּפֿות מיט אַ סירישער כּנופֿיא אין ענגלאַנד, וואָס האָבן ביז אַהער דורכגעפֿירט אַקטן פֿון סאַבאָטאַזש אין לאָנדאָן. אַזוי צי אַזוי, דער אַלי סאַיִד רעדט צו זײַן מיידל צו פֿליִען קיין תּל־אָבֿיבֿ מיטן „אל־על‟־עראָפּלאַן, וווּ זײַנע עלטערן וועלן זי באַגעגענען מיט גרויס פּאַראַד, פֿאַרשטייט זיך, אַז זי האָט מורא אַליין צו פֿליִען; זי איז נאָך קיין מאָל אין לעבן נישט געפֿלויגן אין אַן עראָפּלאַן. ער זאָגט איר צו, אַז ער וועט פֿליִען צוזאַמען מיט איר, ער באַרויִקט זי און הייסט איר מיטנעמען אין דער וואַליזקע איר חופּה־קליידל, ווײַל דאָרט וועלן זיי חתונה האָבן צווישן זײַנע אייגענע.
אָבער ווען עס קומט צום פֿליִען, דרייט ער זיך אַרויס דערפֿון מיט אַן אויסרייד, אַז זײַנס אַ חבֿר איז פּלוצים שווער קראַנק געוואָרן און ער מוז אים ראַטעווען. זי שטעלט זיך אַנטקעגן, אויס שרעק צו פֿליען אַליין. ער צווינגט זי אים צו פֿאָלגן, ער שווערט בײַ באָרד און פּאות, אַז ער וועט נאָכקומען דעם אַנדערן טאָג.
איר פֿאַרשטייט שוין, אַז דער חבֿרהמאַן האַלט בײַם אויפֿרײַסן דעם „אל־על‟־עראָפּלאַן מיט אַלע זײַנע פּאַסאַזשירן. די וואַליזקע מיטן חופּה־קליידל פֿון זײַן כּלה, איז געווען געלאָדן מיט אויפֿרײַס־מאַטעריאַל און ער, דער טאַטע פֿון זײַן נאָך־נישט־געבוירן עופֿעלע, איז געווען גרייט אויפֿצורײַסן זײַן געליבטע מיט זײַן צוקונפֿטיק קינד צוזאַמען.
אָט די געשיכטע האָט אינספּירירט די דראַמאַטורגין, בעת זי האָט איר דראַמע באַזירט אויף אַ נײַעס אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע אין יאָר 1986, נעמלעך, אויפֿצורײַסן אַן „אל־על‟-עראָפּלאַן אין דער לופֿטן. די דראַמאַטורגין האָט דאָס געשעעניש פֿאַרוואַנדלט אין אַ געלונגענער פּיעסע. פֿאַרשטייט זיך, אַז מיטן „מוסד‟ שפּילט מען זיך נישט, אַזוי אַז אַלע פּאַסאַזשירן זײַנען אָפּגעקומען בלויז מיט שרעק.
פֿון דער אַנדערער זײַט, טוט זיך די מחברין פֿון דער פּיעסע פֿאַרענטפֿערן, אַז זי איז נישט אויסן געווען צו פֿאַרפֿאַסן אַ פּיעסע וועגן טעראָריזם און די אומרוען אין מיטעלען מיזרח. אַלץ וואָס איז איר געגאַנגען אין לעבן, איז פֿאָרצושטעלן דרײַ מענטשן; יעדער איינער פֿון זיי זוכט דעם אמת אינעם וויכער פֿון ליבע, לײַדנשאַפֿט און ליגנס.
לויט מײַן אָפּשאַצונג האָט די פּיעסע צו טאָן מיט דער מיטל־מיזרחדיקער קולטור, וואָס איז אונדז פֿרעמד, וווּ דער אמת איז אײַנגעטונקען אין שקר, און דער שקר פֿיגורירט אויף שריט־און־טריט. אַרויסצוברענגען דאָס אין דער עפֿנטלעכקייט, מיינט צו פֿאַרדאַמען פֿאַרשיידענע מיטל־מיזרחדיקע רעליגיעזע אײַנשטעלונגען. פֿאַרשטייט זיך, אַז צווישן די אַראַבישע פֿעלקער, וואָס געפֿינען זיך צעזײט און צעשפּרייט איבערן מיטעלן מיזרח, פֿיגורירן אויך מאָדערנע, ציוויליזירטע און אַנטשטענדיקע מענטשן, וועלכע מ’הערט נישט פֿון זיי, ווי זיי וואָלטן אָנגענומען אַ מויל מיט וואַסער. בכלל איז די טעמע פֿון אַראַבישן טעראָריזם אַ פֿאַרמאַכטע. מ’האָט מורא צו איר זיך צוצורירן. מ’דאַרף זיך היטן מיט אַ קעגנעריש וואָרט, מאָלערײַ, אילוסטראַציע און קריטיק.
איך אָנערקען די פּיעסע „די ענגלישע כּלה‟, ווי אַ געלונגענע. רעזשיסירט האָט זי קאַרל וואָלנאַו, מיט אַ פֿאַכמענערישער האַנט. די דרײַ אַקטיאָרן מוז מען קאָנגראַטולירן, דער עיקר, די אַקטריסע אײַלין פֿיני, וועלכע פֿירט אויס איר ראָלע מיט גרויס טאַלאַנט און באַגאַבטקייט. דער דראַמאַטורגין לוסיל ליכטבלאַו קומט אַ באַזונדערער יישר־כּוח פֿאַר איר געוואַגטקייט און פֿעיִקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.