דינסטיק, דעם 26סטן נאָוועמבער, איז איז תּל־אָבֿיבֿ געשטאָרבן בײַ 74 יאָר פֿון אַ שווערן האַרץ־אַטאַק דער באַרימטער ישׂראלדיקער זינגער אַריק אײַנשטײַן, וועלכער איז אויך געווען באַקאַנט ווי אַ מחבר פֿון לידער און אַן אַקטיאָר. אין אָנדענק פֿונעם זינגער, האָבן די ישׂראלדיקע טעלעוויזיע־קאַנאַלן אָפּגעשטעלט די פּלאַנירטע פּראָגראַמען און געשפּילט רעקאָרדירונגען פֿון אײַנשטײַנס זינגען, אָנהייבנדיק פֿון די 1960ער יאָרן. די ייִט״אַ האָט איבערגעגעבן, אַז זײַנע ליבהאָבער, וועלכע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט בײַם תּל־אָבֿיבֿער מעדיצינישן „סוראָסקי־צענטער‟, האָבן זיך צעוויינט, ווען דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿונעם שפּיטאָל, ד״ר גבֿריאל באַרבאַש, האָט איבערגעגעבן די טרויעריקע בשׂורה.
אָנהייב די 1980ער יאָרן, האָט אַריק אײַנשטײַן געליטן פֿון אַן אויטאָמאָביל־אַוואַריע; זינט דעמאָלט, איז ער מער נישט אויפֿגעטראָטן אויף קאָנצערטן.
זײַן ערשטער אַלבאָם, מיטן נאָמען „שר בשבֿילך‟ („איך זינט פֿאַר דיר‟), איז אַרויס אינעם יאָר 1966. צוזאַמען מיט שמואליק קראַוס און יוסי כּ״ץ, האָט ער זיך באַטייליקט אין דער ראָק־גרופּע „The High Windows‟ („די הויכע פֿענצטער‟). ער האָט אויך געשאַפֿן די קאָמעדיע־טרופּע „לול‟.
אַחוץ אַזעלכע באַרימטע לידער אויף העברעיִש, ווי „אַני ואַתּה‟ („איך און דו‟) און „סע לאט‟ („פֿאָר פּאַמעלעך‟), אײַנשטײַן איז אויך באַקאַנט מיטן ראָמאַנטיש־שפּאַסיקן ייִדישן ליד „מיידעלע‟. אינעם יאָר 1971, האָט ער זיך באַטייליקט אין דער גרופּע „אַחרית־הימים‟. בשותּפֿות מיטן גיטאַריסט פֿון דער דאָזיקער גרופּע, יצחק קלאַפֿטער, האָט אײַנשטײַן צוגעטראַכט די ווערטער און געזונגען „מיידעלע‟ אויף דער מעלאָדיע פֿונעם העברעיִשן ליד „היא תבֿוא‟ („זי וועט קומען‟). דאָס ליד איז קיינמאָל נישט געווען אײַנגעשלאָסן אין אײַנשטײַנס אַלבאָמען.
חמי שלוו, אַ באַקאַנטער זשורנאַליסט פֿון דער צײַטונג „האָרץ‟ האָט באַטאָנט, אַז הונדערטער טויזנטער ישׂראלים, אויב נישט גאַנצע מיליאָנען, האָבן זיך באַצויגן צו אַריק אײַנשטײַן „ווי צו אַ נאָענטן פֿרײַנד און לעבן־באַגלייטער‟. שלוו באַטראַכט אים ווי אַ „פֿראַנק סינאַטראַ, עלוויס פּרעסלי און ברוס ספּרינגסטין צוזאַמען אין איין מענטשן‟ — אַן אומפּאָליטישער זינגער, וועלכער האָט פּשוט ליב געהאַט די מוזיק און געוואָרן איינער פֿון די גרעסטע שטערן אויף דער ישׂראלדיקער קאָנצערט־סצענע.
שלוו שרײַבט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט דער „אָנגעשטרענגטער און קאָנסערוואַטיווער דאָגמע פֿון דער פּאַרטיי מפּאַ״י‟, צו וועלכער די ישׂראלים זענען געווען פֿריִער צוגעוווינט, האָט אײַנשטײַן — אַ ליבהאָבער פֿון די תּל־אָבֿיבֿער פּלאַזשעס, ווײַן, פֿרויען, מוזיק און דעם ליבאַנעזער האַשיש — אַרײַנגעבראַכט אין דער ישׂראלדיקער קולטור דעם טעם פֿונעם מערבֿדיקן „ראָק׳נ׳ראָל‟.
אַפֿילו אינעם יאָר 2010, ווען דער 71־יאָריקער זינגער האָט שוין לאַנג נישט געקאָנט זינגען פֿאַרן ברייטן עולם אויף קאָנצערטן, איז ער נאָך אַלץ געבליבן דער פּאָפּולערסטער זינגער אינעם לאַנד. אינעם יאָר 2011 האָט ער אַרויסגעגעבן זײַן 35סטן מוזיקאַלישן אַלבאָם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.