ניט אַזױ דאָס קעלבל װיל זױגן, װי די קו װיל אױסגעזױגט װערן.
שירה גאָרשמאַן
ס’איז דאָ דען בײַ ייִדן אַ שענערע מיצװה, װי האָבן אורחים אױף שבת? פֿאַר אַ ייִדישן שרײַבער איז דאָס בכלל אַ טאָפּלטע שׂימחה. סײַ האָסטו אַ פֿאַרגעניגן פֿון מכבד זײַן אַ צוגעבלאָנדזשעטע נשמהלע און סײַ האָסטו אַ הנאה פֿון אַרײַנלײגן עפּעס אין דײַן פּערזענלעכן „מכּל מלמדי השׂכּלתי*‟־טעשל.
מײַן הײמישע דערציִערין, די באָבע מילכּה, זאָל זיך מיִען, האָט געהאַלטן שבת און געהאַלטן פֿון שבת, כאָטש מײַנע עלטערן, װעלכע האָבן געאַרבעט טאָג און נאַכט, זײַנען געװען װעלטלעכע מענטשן, אָדער „מאָדערנע ייִדן‟, װי זײ אַלײן פֿלעגן זיך רופֿן. דאָס איז אפֿשר די הױפּט־סיבה, אַז פֿון מיר איז אױסגעװאַקסן אַ ייִד, װעלכער „מאַכט שבת פֿאַר זיך‟, ס’הײסט, כ’בין אַ גלױביקער ייִד, נאָר אין שיל גײ איך נישט שױן אַרום צװאַנציק יאָר. כ’האָב ליב צו דאַװנען אין התבודדות און זאָגן אַ תּפֿילה, װאָס װערט געבױרן אין מײַן האַרצן. איך קען זיך ניט צװינגען איבערפּאָפּוגײַעװען דאָס, װאָס עמעצער (זאָל ער כאָטש טױזנט מאָל זײַן אַ גאָון) װיל אַרױפֿלײגן אױף מײַן לונג און צונג. איז צו װאָס זאָל איך שטערן די װױלע ייִדן, װעלכע קומען אין שיל אַרײַן, כּדי צו טרענירן דעם שװאַכן זכּרון מיט איבונגען אין לײענען און איבערחזרן דאָס איבערגעלײענטע, און מע מאַכט נאָך אַן אָנשטעל, אַז זײ װענדן זיך צום אײבערשטן, און דװקא אױף אַזאַ מאָדנעם אופֿן, װאָס דערמאָנט מיר דאָס סאָלדאַטסקע זינגען־מאַרשירן אױפֿן פּאַראַדן־פּלאַץ. ס’איז דען אַ חידוש, אַז נאָך אַזעלכע נודנע „קאָנצערטן‟, מאַכט דער אײבערשטער אױך אַן אָנשטעל, אַז ער הערט זיך צו צו די קינסטלעכע, אַבי אָפּגעבעבעטע תּפֿילות, און אין דער אמתן האָט זײ דער כּל־יכול אין דער לינקער פּיאַטע. אָבער, דער עונג־שבת… דאָס איז טאַקע אַן אמתער יום־טובֿ.
אָנהײב די 1990ער יאָרן בין איך געזעסן בײַ מײַן רבינס טיש אין בוקאַרעשט און גענאַשט פֿון בײדע תּורות, פֿון משה רבינוס תּורה און פֿון רבי משה־דװיד ראָזענס, זצ”ל, לעבנס־תּורה. מײַן טאַטע, אונדז צו לאַנגע יאָרן, אַן אַפּיקורס, בײַ זײַנע כּמעט זיבעציק איז נאָך קײן מאָל ניט געװען אין שיל, און װעגן שבת האָט ער נאָר געװוּסט, אַז זײַן שװיגער מילכּה בענטשט אױף שבת די ליכט און מאַכט אַ געשמאַקן צימעס־נאַהיט, קאָכט אָפּ אַ לױטערן יױך און אַ דופֿטיקן עסיק־פֿלײש מיט ראַבע פֿאַסאָליעס בײַ דער זײַט.
און דאָ קומט מײַן טאַטע צו פֿאָרן קײן בוקאַרעשט כּמעט צום קבלת־שבת, און נאָכן „אָפּדאַװנען און מקבל־פּנים זײַן‟ דעם הײליקן שבת, קומט ער מיטן גאַנצן קהל צום עונג־שבת. נאָך דער סעודה זאָגט ער מיר מיט אַ שמײכל: „אױ, גאָטעניו, װוּ איז געװען אָט דער־אָ עונג־שבת אין יענעם שרעקלעכן צװײ און פֿערציקסטן יאָר, װען איך בין שיִער ניט געשטאָרבן פֿון הונגער?… ניט קײן פּאַטריאָטישע געפֿילן, נאָר אַ שרעקלעכער הונגער האָט מיך, אַ זעכצן־יאָריק בחורל, געטריבן אױפֿן פֿראָנט… און… ס’איז געװען כּדאַי צו קעמפֿן. אָט, זעסטו, אַז מע לעבט דערלעבט מען, און אױך איך, אין פֿופֿציק יאָר אַרום, דערלעבט צו האָבן הנאה פֿון עונג־שבת. ס’איז טאַקע כּדאַי צו זײַן אַ ייִד, אַפֿילו אַזאַ בעזבאָזשניק**, װי איך…‟
און דאַן האָב איך זיך דערמאָנט אין אַ וויץ, װעלכן ס‘האָט ליב געהאַט צו דערצײלן מײַן לערער, פּראָפֿעסאָר גרשון װײַנער, ז‟ל. אַ ייִדישער סטודענט, נאָך יאָרן לערנען זיך אין אַ גרױסער שטאָט, קומט אין שטעטל אַרײַן צו באַזוכן זײַנע טאַטע־מאַמע. און אָנגעקומען איז ער ממש צו מינחה־מערבֿ. דער טאַטע זײַנער נעמט אים אונטערן אָרעם און לױפֿט מיט אים צוזאַמען אין שיל אַרײַן. און דאָס בחורל הײבט אָן צו טענהן: „טאַטע, איך בין שױן ניט יענער ישיבֿה־בחור, װי פֿריִער…‟ און דער טאַטע יאָגט אים אונטער: „גיכער, מיר װעלן פֿאַרשפּעטיקן צו מינחה־מערבֿ…‟ און דאָס בחורל: „טאַטע, איך דאַרף דיר זאָגן, אַז כ’בין געװאָרן אַ דאָקטער און… אַן אַפּיקורס…‟ — „איז װאָס? אַפּיקורס אַהער, אַפּיקורס אַהין, — ענטפֿערט פֿאַרחידושט דער טאַטע, — װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט עס צו מינחה־מערבֿ?..‟
אַ גוט יום־טובֿ אײַך, מײַנע ליבע דאַמען און הערן. האָט הנאה פֿון לעבן און פֿאַרגעסט ניט אין „עונג־שבת‟.
* אַ דאַנק די אַלע, װעלכע האָבן מיך געלערנט, בין איך קליגער געװאָרן, פּרקי אָבֿות, פּרק ד’, א’
** אַן אַפּיקורס
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.