גײ צום טײַװל!
איז ער געגאַנגען.
ס׳איז גאָרניט געװען אַזױ װײַט צו גײן. סך־הכּל אין זעלביקן הױז, אַ שטאָק נידעריקער. און ס׳איז אױך ניט געװען דער קלאַסישער טײַװל — דער ניט־גוטער, דער שד מיט הערנער, מיט אַן עק, װי מאָלער האָבן אים געמאָלן אױף קלױסטערװענט און לײַװנטן. ס׳איז בכלל ניט געװען קײן ער, נאָר אַ זי; אַ זי מיט לאַנגע, בלאָנדע האָר, בלױע אױגן און אַ זינגעװדיק קול, װאָס נאָר מלאכים פֿאַרמאָגן עס.
גײ װײס, אַז אָט די שלאַנקע פֿרױ איז װײַט ניט קײן מלאך, נאָר אַ טײַװל, אַ סאַמעראָדנער טײַװל, װאָס פֿאַרפֿירט און פֿאַרדאָרבט מענטשלעכע נשמות! בלױז די הענט אירע האָבן געזאָגט עדות װער זי איז און װאָס זי איז מסוגל צו טאָן: די פֿינגער זענען געװען דין, לאַנג און בײניק, מיט שאַרף פֿאַרשפּיצטע נעגל, װי בײַ אַ חיה. װער קוקט אָבער אױף די נעגל, אַז מע װערט פֿאַרכאַפּט פֿון לױטער־בלױע אױגן און פֿון אַ פֿאַרשקלאַפֿנדיקן שמײכל?
ער, ניט געקוקט אױף זײַן עלטער, האָט זיך אױפֿגעפֿירט װי אַ ייִנגל, װאָס האָט זיך פֿאַר דער צײַט געצײַטיקט: ער איז איר נאָכגעגאַנגען, זי אָפּגעװאַרט, איר אַרונטערגערוקט ליבעבריװלעך אונטער דער טיר. זי האָט אים ניט מקרבֿ געװען און ניט אָפּגעשטױסן. איר שמײכלען האָט אים געגעבן האָפֿענונג.
זי האָט זיך ניט געפֿירט װי מענטשן פֿירן זיך געװײנטלעך. זי איז צו קײנעם ניט געגאַנגען און האָט קײנעם ניט פֿאַרבעטן צו זיך. איר פּאָסטקעסטל איז געשטאַנען לײדיק. איר טעלעפֿאָן — שטום. איר טיר — אױף אַ שלאָס. די פֿענצטער — פֿאַרמאַכט, די פֿירהאַנגען — פֿאַררוקט. ס׳איז געװען שװער צו װיסן װען זי גײט אַװעק פֿון שטוב און װען זי קומט צוריק. אירע שליסלען האָבן קײן מאָל ניט געגרילצט און די טיר האָט זיך קײן מאָל ניט פֿאַרקלאַפּט. מען האָט ניט געהערט אַז עס רינט װאַסער פֿון אַ קראַן, אַז מען טוט אַ רוק אַ בענקל, אַז עס פֿאַלט אַראָפּ אַ טעלער און צעברעכט זיך מיט אַ קנאַק, אַז מען הענגט אַרױס װעש אױפֿן באַלקאָן, אַז מע לופֿטערט בעטגעװאַנט. אױב דער ראַדיאָ האָט געשפּילט בײַ איר, זענען די קלאַנגען אַװדאי געבליבן צװישן די שטוביקע װענט.
עפּעס האָט ער געפֿילט, אַז איר ‘פֿרױיִשקײט׳ איז בעצם אַ פֿאַרבלענדעניש, נאָר דאָס האָט אים ניט געאַרט. ער האָט געװאָלט גלעטן אירע האָר, שפּירן איר אָטעם אױף זײַן פּנים, הערן דעם קלאַנג פֿון איר קול. ער האָט זי געװאָלט צערטלען און קושן, קושן ביזן פֿאַרלירן דאָס באַװוּסטזײַן.
אין אײנער אַ נאַכט, אַ נאַכט פֿון פּײַן און יסורים, װען דער גוף האָט געברענט און די נשמה האָט געפֿלאַקערט, איז ער אַרונטער צו איר שטוב און מיט אַלע כּוחות אױפֿגעריסן די טיר. ער האָט זיך אױף אַלץ געריכט און גרײט געװען אױף אַלץ. ער האָט זיך אָבער ניט געריכט, אַז אַנשטאָט דעם בלאָנדן מלאך װעט ער זיך אָנשטױסן אין אַן אומגעהײַער גרױסער און אימהדיקער שלאַנג, װאָס איז יעדע רגע געװען גרײט צו שפּרינגען אױף אים. זי איז דערװײַל געלעגן צונױפֿגעדרײט, נאָר דער קאָפּ האָט נערװעיִש געקרײַזט און געשפּריצט מיטן צינגל גאַל און גיפֿט…
פֿון יענער נאַכט אָן האָט מען די בלאָנדע פֿרױ מער ניט געזען. זי איז נעלם געװאָרן אין אײנעם מיט די חפֿצים פֿון שטוב. עס זענען געבליבן הױלע װענט. די דירה שטײט עד־היום אַ לײדיקע, קײנער װיל זי ניט דינגען און ניט קױפֿן.
ער, דער פֿאַרליבטער שוטה, איז אַרומגעגאַנגען אַ פֿאַרקלעמטער און אַ פֿאַרשעמטער און האָט זי נאָך אַלץ אַרומגעזוכט איבער דער שטאָט און דער טײַװל איז געזעסן אױף אַ צװײַג פֿון אַ הױכן בױם, געריבן זיך די הענט, געמליאַסקעט מיט דער צונג, געלאַכט און חוזק געמאַכט פֿון דעם אַלטן קאַװאַליר…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.