ווען די גרויליקע בילדער און פֿילמען פֿון די נאַצי־פֿאַרברעכנס זײַנען דערשינען נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָבן די עקסטרעם־רעכטע פּאַרטייען געליטן אַ שטאַרקן קלאַפּ. מיט אַ מאָל האָט דער פֿאַשיזם מיטן אַנטיסעמיטיזם פֿאַרלוירן זײַן פּאָליטישע און סאָציאַלע לעגיטימאַציע — כאָטש אין די מערבֿ־לענדער. אויך דער ראַסיזם אין אַלגעמיין איז אָפּגעשוואַכט געוואָרן — סײַ די אָפֿיציעלע סעגרעגאַציע אין אַמעריקע, סײַ דער אייראָפּעיִשער קאָלאָניאַליזם. ניט לאַנג נאָך דעם, אין 1947, איז די ערשטע גרויסע קאָלאָניע, אינדיע, באַפֿרײַט געוואָרן, און אין 1948 האָט פּרעזידענט טרומאַן אינטעגרירט דאָס אַמעריקאַנער מיליטער.
אין יענע יאָרן האָבן די אַלטע נאַציס געזוכט זיך אויסצובאַהאַלטן, קודם־כּל, כּדי מע זאָל זיי ניט שטעלן פֿאַרן געריכט. די אַליִיִרטע האָבן דורכגעפֿירט אַ פּראָצעס פֿון „דענאַציפֿיקאַציע‟ אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך ביזן יאָר 1951; און אויך דערנאָך זײַנען ווײַטער געבליבן פֿאַרווערט נאַצי־סימנים ווי דער האַקנקרייץ און דער „היטלער־סאַלוט‟. דאָס הייסט אָבער ניט, אַז די נאַציס זײַנען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿונעם עפֿנטלעכן לעבן; אַ סך האָבן ווײַטער געאַרבעט צענדליקער יאָרן אין דער מערבֿ־דײַטשער אינדוסטריע און אין דער רעגירונג; סך־הכּל 25 מיניסטאָרן, אַרײַנגערעכנט איין קאַנצלער, האָבן פֿריִער געהערט צו דער פּאַרטיי אָדער צו אַנדערע נאַצי־אָרגאַניזאַציעס. אויב אַפֿילו זיי האָבן זיך ניט געשעמט מיט זייער פֿאַרגאַנגענהייט, האָבן די אַלטע נאַציס פֿאָרט געוווּסט ניט צו פּרעדיקן היטלעריזם בפֿרהסיא.
אַנדערש זײַנען די אַ”ג „נעאָ־נאַציס‟. זינט די 1960ער יאָרן זײַנען אויפֿגעקומען אָרגאַניזירטע עקסטרעם־רעכטע גרופּעס איבער דער וועלט, וואָס פֿאַרשפּרייטן ראַסיסטישע און אַנטיסעמיטישע פּראָפּאַגאַנדע; זיי מאַרשירן, דעמאָנסטרירן, וואַנדאַליזירן, און זייער טעטיקייט פֿירט ניט זעלטן צו גוואַלד־מעשׂים. אין ס’רובֿ לענדער איז די צאָל נעאָ־נאַציס ניט גענוג גרויס, אַז זיי זאָלן מיט זיך פֿאָרשטעלן אַ פּאָליטישע פּראָבלעם. ניט די פּאָליטישע אָרדענונג שטעלן זיי אין סכּנה, נאָר דאָס לעבן פֿון יחידים, ווי אַ קוואַל פֿון כוליגאַניזם און טעראָריזם.
אָבער ניט אומעטום זײַנען די נעאָ־נאַציס אַ מאַרגינאַלער פֿענאָמען. אין מיזרח־אייראָפּע, למשל, וווינען הײַנט אַן ערך אַ העלפֿט פֿון די 50,000־70,000 נעאָ־נאַציס אויף דער וועלט. ס’איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז דווקא די לענדער, וואָס האָבן געליטן די גרעסטע פֿאַרלוסטן אין דער מלחמה קעגן היטלער, וואָס האָבן פֿאַרלוירן איבער 20 מיליאָן מענטשן, זאָלן הײַנט אַרויסגעבן אַזוי פֿיל יונגע היטלעריסטן. אָבער די היסטאָריקער ווייסן, אַז די דאָזיקע פֿאַשיסטישע נטיה איז ניט קיין נײַע, זי גייט צוריק צו די מלחמה־יאָרן און נאָך פֿריִער. ס’איז ניט געווען קיין צופֿאַל, אַז אַזוי פֿיל מיזרח־אייראָפּעיִשע קאָלאַבאָראַטאָרן זאָלן האָבן זיך דעמאָלט פֿרײַוויליק באַטייליקט אינעם מאָרד פֿון זייערע ייִדישע שכנים.
דער נאַציזם איז נאָך רעלאַטיוו פּאָפּולער אין מיזרח־אייראָפּע, צום טייל, אַ דאַנק דעם, וואָס ער האָט זיך דאָרט צונויפֿגעבונדן מיטן נאַציאָנאַלן קאַמף פֿון די אוקראַיִנער, לעטן, און ליטווינער קעגן דעם סאָוועטישן קאָמוניזם. דערפֿאַר זײַנען אַ סך „פֿרײַהייט־קעמפֿער‟ און „העלדן‟ פֿון יענע פֿעלקער גלײַכצײַטיק געווען מערדער פֿון ייִדן. די 40 יאָר סאָוועטישער אָקופּאַציע, וואָס האָבן ניט דערלאָזט צו אַן אָפֿענער און ערלעכער דיסקוסיע וועגן די מלחמה־יאָרן, האָבן נאָך פֿאַרשטאַרקט די עקסטרעם־רעכטע נטיה.
בײַ ייִדן האָבן די הײַנטיקע נעאָ־נאַציס איין מעלה אַנטקעגן די אַלטע — זייער אַקטיוויזם און גוואַלד־מעשׂים זײַנען געצילט, דער עיקר, קעגן אַנדערע גרופּעס. אין רוסלאַנד זײַנען זיי געצילט קעגן די קאַווקאַזישע און צענטראַל־אַזיאַטישע אימיגראַנטן; אין דײַטשלאַנד — קעגן פּאָלאַקן, טערקן און אַנדערע אויסלענדער; אין בראַזיל — קעגן די שוואַרצע צפֿון־בראַזיליאַנער; אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן — קעגן די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער און לאַטײַן־אַמעריקאַנער, און אין מאָנגאָליע — קעגן די כינעזער. (יאָ, ס’איז דאָ אַ נעאָ־נאַצישע באַוועגונג אין מאָנגאָליע; WWHS — וואָס וואָלט היטלער געזאָגט?).
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט זיך אַפֿילו אַנטפּלעקט אַ גרופּע נעאָ־נאַציס אין ישׂראל. אין 2007 האָט די ישׂראל־פּאָליציי אַרעסטירט 8 יונגע נעאָ־נאַציס אין פּתח־תּקווה, אין עלטער פֿון 16 ביז 21 יאָר, וואָס זײַנען פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿאַר וואַנדאַליזירן שילן און באַפֿאַלן אויסלענדישע אַרבעטער. די דאָזיקע יוגנטלעכע זײַנען אַליין געווען אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, צום טייל ייִדן; איינער איז געווען אַן אייניקל פֿון לעבן־געבליבענע פֿון חורבן.
אין אַמעריקע זײַנען אויך געווען עטלעכע פֿאַלן פֿון ייִדישע נעאָ־נאַציס. דער באַקאַנטסטער איז דען בוראָס (Dan Burros), אַ געבוירענער אין קווינס, ניו־יאָרק, וואָס האָט געהערט סײַ צו דער אַמעריקאַנער נאַצי־פּאַרטיי, סײַ צו דעם „קו קלאָקס קלאַן‟. אין 1965, ווען דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט אַנטפּלעקט פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט זײַן ייִדישן אָפּשטאַם, האָט זיך בוראָס גענומען דאָס לעבן. אויף אים איז באַזירט דער באַוווּסטער פֿילם „דער גלייביקער‟ (The Believer, 2001), וואָס מאַכט דעם יונגן בוראָס פֿאַר אַ גאַנצן ישיבֿה־בחור.
אין ניו־יאָרק זעט מען הײַנט זעלטן ווען אַ נעאָ־נאַצי, און ווען יאָ, האָט ער מסתּמא פֿאַרבלאָנדזשעט אַהער פֿון ערגעץ אַנדערש. ראַסיסטן און אַנטיסעמיטן זײַנען זיכער פֿאַראַן בײַ אונדז, אָבער זיי פּאַראַדירן ניט אין די גאַסן — אויס מורא פֿאַר די מיליאָנען ייִדן, אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, און אַנדערע מינאָריטעטן, וואָס פֿון זיי באַשטייט די גרויסע מערהייט פֿון דער ניו־יאָרקער באַפֿעלקערונג. אַנדערע עקסטרעמע אידעאָלאָגיעס האָבן דאָ אַ בעסערע מערכה, למשל, דער שוואַרצער נאַציאָנאַליזם אָדער די איסלאַמאָפֿאָביע. ווײַל ניו־יאָרק איז אַזאַ טאָלעראַנטע שטאָט, ציט עס צו אָן אַ שיעור משוגעים, אַרײַנגערעכנט מענטשן־האַסער פֿון אַלע מינים.
דער שרײַבער פֿון די־אָ שורות האָט אַליין געזען נעאָ־נאַציס נאָר אויף איין אָרט, אָבער דאָרט זײַנען פֿאַראַן דווקא אַ סך. אין מיזרח־דײַטשלאַנד האָבן ביז לעצטנס געהערשט אַ סך פֿון די זעלביקע פּראָבלעמען ווי אין די אַנדערע פּאָסט־קאָמוניסטישע לענדער, דער עיקר, די אַרבעטלאָזיקייט. די עקסטרעם־רעכטע פּאַרטיי NPD האָט דאָרט עטלעכע דעפּוטאַטן אין די לאָקאַלע לענדער־פּאַרלאַמענטן, און געוויסע ערטער הייסן אומאָפֿיציעל „נאַציאָנאַל באַפֿרײַטע זאָנעס‟ — דאָס הייסט, אַז קיין פֿרעמדע (קיין אויסלענדער, קיין ייִדן, קיין האָמאָסעקסואַליסטן אאַז”וו) טאָרן זיך דאָרט ניט באַווײַזן.
איך ווייס ניט, צי איך בין ניט־וויסנדיק אַרײַנגעפֿאָרן אין אַ „נאַציאָנאַל באַפֿרײַטער זאָנע‟. מסתּמא יאָ, ווײַל איך בין אין מיזרח־דײַטשלאַנד זייער אַ סך אַרומגעפֿאָרן; אָבער קיין באָרד און פּאות האָב איך דאָך ניט געהאַט, און, בדרך־כּלל, זײַנען די מיזרח־דײַטשן האַרציקע מענטשן, פֿרײַנדלעכער ווי די מערבֿ־דײַטשן. די כוליגאַנעס וואָס איך האָב געזען, האָב איך געהאַט שׂכל זיי אויסצומײַדן און ניט צו רעדן מיט זיי אויף ייִדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.