אַן אָרעמער מלמד פֿלעגט זאָגן:
— ווען גאָט נעמט און גיט מיר צען טויזנט רובל, גיב איך אַוועק באַלד אויפֿן שטעל פֿאַר אָרעמע־לײַט אַ מעשׂר, דאָס הייסט, אַ גאַנצן טויזנטער. אײַ וואָס? גאָט גלייבט מיר ניט, און ער האָט מורא, טאָמער וועל איך מײַן וואָרט ניט האַלטן לאַחר־מעשׂה, האָט ער אַ ברירה: ער זאָל אַליין פֿריִער אַראָפּנעמען דעם טויזנטער מעשׂר, און מיר געבן נאָר נײַן טויזנט.
אַ מלמד האָט אַ מאָל געדרונגען:
— ווען איך זאָל זײַן ראָטשילד, וואָלט איך געווען רײַכער פֿון אים, ווײַל איך וואָלט נאָך דערצו אַ ביסל אויך צוגעקנעלט…
— איך זאָג דיר, — זאָגט אַ מלמד צו זײַן ווײַב, — אַז נישט די בהמה, וואָס איך האָב אײַנגעהאַנדלט, איז אַ שלעכטע, ווי דו האַלטסט אין איין גוואַלדעווען, נאָר אַ שלעכטע ביסטו. אַ סימן האָסטו, קום מיט מיר אין שטאַל, וועלן מיר זען וואָס פֿאַר אַ שלעכטע בהמה דאָס איז.
גייען זיי ביידע אין שטאַל.
— אַנו, נעם נאָר דאָס מילכשעפֿל און מעלק, — זאָגט דער מלמד.
די מלמדקע האָט גענומען מעלקן און עס גייט ניט.
— אָט זעסטו, ווער ס’איז שלעכט, אָבער ניט די בהמה. זי איז גאָר קיין שלעכטע ניט. אַדרבה זאָג דו אַליין, האָט זי דען מילך און גיט ניט? זי האָט נעבעך ניט!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.