ווענדונג:
דער „קאָנגרעס פֿון נאַציאָנאַלע געמיינדעס אין אוקראַיִנע‟ און די „אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און קהילות אין אוקראַיִנע‟ ווענדן זיך מכּוח דעם פּאָגראָם, דורכגעפֿירט איבער דער פֿרידלעכער דעמאָנסטראַציע אויף דעם „אומאָפּהענגיקייט־פּלאַץ‟ אין קיִעוו, דעם 30סטן נאָוועמבער, 2013.
צום ערשטן מאָל זינט אוקראַיִנע איז געוואָרן אומאָפּהענגיק, זײַנען פֿאָרגעקומען געשעענישן, וועלכע צווינגען אונדז זיך ווענדן נאָך אַ שטיצע צו די ייִדישע סטרוקטורן און דער וועלט־געזעלשאַפֿט, ווײַל מיר האָבן צום ערשטן מאָל דערזען אַ רעאַלע פּערספּעקטיוו פֿון אומקערן זיך צוריק צו די טאָטאַליטאַרע סאָוועטישע צײַטן.
דעם 30סטן נאָוועמבער איז אויף דעם „אומאָפּהענגיקייט־פּלאַץ‟ צעטריבן געוואָרן אויף אַן אַכזריותדיקן אופֿן די פֿרידלעכע דעמאָנסטראַציע, וועלכע איז דורכעגעגאַנגען אונטערן אויפֿרוף „פֿאַר דער אייראָפּעיִשער אינטערגראַציע‟.
צענדליקער יונגע לײַט האָבן באַקומען שווערע וווּנדן פֿון קלעפּ, און הונדערטער האָט די פּאָיציי פֿאַרהאַלטן. אַ סך ווערן פֿאַרפֿאָלגט.
מיר פֿאַראורטיילן דעם בלוטיקן פּאָגראָם פֿון דער פֿרידלעכער דעמאָנסטראַציע, וואָס די מאַכט און די זיכערהייט־אָרגאַנען האָבן דורכגעפֿירט, און ווענדן זיך צו שטיצן דעם קאַמף פֿון די אוקראַיִנער צו קענען פֿרײַ אַרויסזאָגן זייער בירגערלעכע פּאָזיציע וואָס שייך דעם ווײַטערדיקן גורל פֿון זייער לאַנד.
די געשעענישן אין אוקראַיִנע אַנטוויקלען זיך די טעג זייער גיך און ס‘איז שווער פֿאָרויסצוזאָגן, ווי אַזוי און ווען וועט דער גאַנצער ענין זיך פֿאַרענדיקן. צוריק גערעדט, דאַרף מען ניט האָבן קיין טויזנט קעפּ צו פֿאַרשטיין, אַז דער עולם וועט רויִק ניט אַראָפּשלינגען דעם באַשלוס פֿון דעם פּרעזידענט וויקטאָר יאַנוקאָוויטש און זײַן רעגירונג, ניט אונטערצושרײַבן דעם אָפּמאַך מיט דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע, וואָס האָט געפֿירט צו נעענטערע עקאָנאָמישע און פּאָליטישע באַציִונגען מיט אוקראַיִנע.
דערווײַל האָט עס ניט געמיינט קיין פֿולע מיטגלידערשאַפֿט, אָבער סײַ מענטשן, סײַ סחורה, סײַ געלט וואָלטן אַ סך גרינגער צירקולירט צווישן דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג און אוקראַיִנע.
ניט ווייניקער ווי אַ העלפֿט צי (לויט אַנדערע אויספֿרעגן) אַפֿילו די מערהייט פֿון דער אוקראַיִנישער באַפֿעלקערונג וויל האָבן אַ שותּפֿות מיט אייראָפּע. ווי שטענדיק, איז דאָס לאַנד צעטיילט. די שטיצע פֿאַר דער אייראָפּעיִשער אינטעגראַציע פֿילט זיך באַזונדערס שטאַרק צווישן די ייִנגערע לײַט, סטודענטן, ווי אויך תּושבֿים פֿון מערבֿ-אוקראַיִנע. אין מיזרח-אוקראַיִנע זעט אויס דער מצבֿ אַנדערש. דאָרטן האָט מען גאַנץ אָפֿט מורא פֿאַר אייראָפּע. ערשטנס, איז מיזרח-אוקראַיִנע מער אידוסטריאַליזירט, און אַ היפּשער טייל פֿון דעם, וואָס מע אַרבעט דאָרטן אויס, געפֿינט אַ מאַרק ניט אין דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע, נאָר דווקא אין רוסלאַנד. צווייטנס, איז מיזרח-אוקראַיִנע טראַדיציאָנעל מער פֿאַרבונדן מיט רוסלאַנד, רעדט רוסיש. מע קוקט דאָרטן די רוסישע טעלעוויזיע, וועלכע האָט זייער אַגרעסיוו געפֿירט אַ פּראָפּאַגאַנדע-מלחמה קעגן דער אייראָפּעיִשער אינטעגראַציע. אין רוסלאַנד נעמט מען אויף דאָס „אַוועקגיין‟ פֿון אוקראַיִנע ווי אַ נאַציאָנאַלע טראַגעדיע.
סײַ די רוסישע מעדיאַ, סײַ וולאַדימיר פּוטינס רעגירונג האָבן אָפֿן געשראָקן אוקראַיִנע מיט אַ קאַטאַסטראָפֿע, וואָס אַזאַ אינטעגראַציע וועט כּלומרשט ברענגען דעם אוקראַיִנישן פֿאָלק. מע דערמאָנט די אוקראַיִנער, אַז אין די באַלטישע לענדער — לעטלאַנד, ליטע און עסטלאַנד — האָט די אינטעגראַציע געהאַט געבראַכט זייער ערנסטע פּראָבלעמען פֿאַר דער היגער אינדוסטריע. זייער אַ סך אונטערנעמונגען האָבן זיך פּשוט פֿאַרמאַכט, ווײַל זייער פּראָדוקציע האָט ניט געקענט קאָנקורירן אויפֿן אַלגעמיינעם אייראָפּעיִשן מאַרק. מע פֿאַרשווײַגט דערבײַ די פּאָזיטיווע זײַטן פֿון דער אינטעגראַציע, ווי אויך דעם פֿאַקט, אַז ס‘רובֿ מענטשן אין די באַלטישע לענדער וואָלטן בשום-אופֿן זיך ניט אומגעקערט צו די „פֿאַר-אייראָפּעיִשע‟ צײַטן.
דאָס בילד, אָנגעמאָלט דורך דער רוסישער אַגיטאַציע און פּראָפּאַגאַנדע, האָט אויסגעזען נאָך שרעקלעכער, ווען מע האָט געוואָרנט, אַז די רוסישע גרענעץ וועט ווערן ווייניקער צוטריטלעך פֿאַר אוקראַיִנישער סחורה, טאָמער אוקראַיִנע וועט באַשליסן זיך אינטעגרירן אין אייראָפּע. מע דערקלערט עס דערמיט, וואָס מאָסקווע וועט מוזן פֿאַרטיידיקן דעם רוסישן מאַרק פֿון דער סכּנה, וועלכע זעט אויס אַזוי: ביליקע אייראָפּעיִשע פּראָדוקטן קענען דורך דער אינטעגרירטער אוקראַיִנע פֿאַרפֿלייצן רוסלאַנד. צוליב דעם וואָס ס‘וועט זײַן זייער שווער זיך פֿאַנאַנדערצוקלײַבן צווישן דער „עכטער‟ אוקראַיִנישער סחורה און דער אייראָפּעיִשער, וועט רוסלאַנד מוזן אַרויפֿלייגן שטײַערן אויף אַלץ, וואָס וועט קומען פֿון אוקראַיִנע. און ווי אַ פּועל-יוצא, וועט עס שאַפֿן גרויסע שוועריקייטן פֿאַרן אוקראַיִנישן עקספּאָרט.
דערצו איז אוקראַיִנע אָפּהענגיק פֿון דעם רוסישן גאַז, בפֿרט איצט, ווען עס רוקט זיך אָן דער ווינטער. דאָס איז שוין געוואָרן אַ שטיקל מינהג: יאָר-אײַן יאָר-אויס ניצט אויס רוסלאַנד גאַז צו שאַנטאַזשירן אוקראַיִנע, ווי אויך אַנדערע לענדער. בעת די „פֿרײַנד‟ באַקומען גאַז לויט איין פּרײַז, מאָנט מען פֿון די „ניט-פֿרײַנד‟ גאָר אַנדערע געלטער. דער חובֿ פֿון אוקראַיִנע דערגרייכט שוין צו אַ ריזיקער סומע דאָלאַרן. אָבער רוסלאַנד האָט צוגעזאָגט אוקראַיִנע צו זײַן אַ גוטינקע, אַבי וויקטאָר יאַנוקאָוויטש זאָל זיך אײַנהאַלטן פֿונעם אונטערשרײַבן די דאָקומענטן, וועלכע זײַנען פֿאַר אים געווען צוגעגרייט אין ווילנע, וווּהין עס זײַנע געקומען די פֿירער פֿון אייראָפּע צו פֿײַערן דעם שותּפֿות מיט אוקראַיִנע. און ער האָט טאַקע די דאָזיקע דאָקומענטן ניט אונטערגעשריבן.
הײַנט טוט זיך חושך אין אוקראַיִנע, בפֿרט אין קיִעוו. קיין בלוט האָט זיך דערווײַל ניט פֿאַרגאָסן, אָבער דאָס קען נאָך געשען. מע הערט קלאָר דאָס וואָרט „רעוואָלוציע‟ און געוויסע סימנים פֿון אַן ערנסטער מרידה זעט מען שוין. דער גאַנצער ענין פֿון אינטעגראַציע שטעלט מיט זיך טאַקע פֿאָר זייער אַן ערנסטע עקאָנאָמישע פּראָבלעם, און אייניקע טענות פֿון רוסלאַנד זײַנען בלי-ספֿק באַרעכטיקט. אָבער ניט צו פֿאַרגלײַכן ממשותדיקער איז דער פּאָליטישער קאָנטעקסט פֿון דעם טומל. ווײַל די פֿראַגע שטייט, אין תּוך אַרײַן, זייער פּשוט: אָדער צו גיין ווײַטער צוזאַמען מיט אייראָפּע, בײַקומענדיק אַלע עקאָנאָמישע שוועריקייטן אויף דעם וועג, אָדער בלײַבן אין דעם אָרביט פֿון רוסלאַנד, וואָס וויל האָבן אַ באַזונדערע, אַן אייגענע פֿאַראייניקונג. און טיילווײַז איז אַזאַ שותּפֿות שוין בנימצא — מיט קאַזאַכסטאַן און ווײַסרוסלאַנד.
אין דעם מאָמענט, ווען איך שרײַב די דאָזיקע שורות, געפֿינען זיך טויזנטער לײַט אויף די גאַסן פֿון קיִעוו; זיי בלאָקירן אָדער האַלטן אײַן אייניקע וויכטיקע מלוכישע בנינים. מע זאָגט אויך, אַז נײַע מיליטער-טיילן געפֿינען זיך אויפֿן וועג קיין קיִעוו, און די רעגירונג זאָגט צו אָנצוהייבן נײַע אונטערהאַנדלונגען מכּוח דער אייראָפּעיִשער אינטעגראַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.