עליס הערץ־סאָמער, די טשעכישע פּיאַניסטיקע, וועלכע האָט איבערגעלעבט דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער טערעזיענשטאַדט, האָט דעם 26סטן נאָוועמבער געפּראַוועט איר 110־יאָריקן געבוירן־טאָג. הערץ־סאָמער, די עלטסטע לעבעדיקע פֿרוי פֿון דער שראית־הפּליטה, וווינט שוין 30 יאָר אין לאָנדאָן; דער באַקאַנטער בריטישער רעזשיסאָר קריסטאָפֿער ניופּען, וועלכער האָט געשאַפֿן דאָקומענטאַרן וועגן אַזעלכע באַרימטע מוזיקאַנטן, ווי דניאל באַרענבוים, יצחק פּערלמאַן און פּינחס צוקערמאַן, האָט אינעם יאָר 2009 געשאַפֿן אַ פֿילם וועגן איר.
אין דער צײַט, ווען ניופּען האָט אַרויסגעלאָזט זײַן דאָקומענטאַר, איז הערץ־סאָמער געווען „בלויז‟ 105 יאָר אַלט. דער פֿילם איז געווען סײַ וועגן מוזיק, סײַ וועגן דעם טראַגישן פּערזענלעכן לעבן פֿון דער פּיאַניסטקע. נישט לאַנג צוריק, האָבן די שרײַבער מעליסאַ מולער און ריינהאַרד פּיעטשאָצקי אָנגעשריבן אַ בוך וועגן איר, מיטן נאָמען „עליסעס פּיאַנאָ: דאָס לעבן פֿון עליס הערץ־סאָמער‟. שפּעטער, האָט קעראָלין שטעסינגער געווידמעט איר אַן אַנדער בוך, וואָס הייסט „אַ יאָרהונדערט פֿון חכמה: די לימודים פֿון עליס הערץ־סאָמערס לעבן — די עלטסטע צווישן דער שארית־הפּליטה‟.
דאָס ערשטע בוך איז אַן ערנסטע שטודיע, פֿאַרעפֿנטלעכט אין דײַטשלאַנד אינעם יאָר 2006. דאָס צווייטע איז אַרויס אין ענגלאַנד, אינעם יאָר 2007, און האָט געהייסן „אַ גן־עדן אין גיהנום: דאָס לעבן פֿון עליס הערץ־סאָמער‟. שפּעטער האָט די מחברטע איבערגעאַרבעט דאָס בוך און געביטן דעם נאָמען. שטעסינגערס באַשרײַבונג פֿון הערץ־סאָמערס לעבן קלינגט ווי אַ לענגערע ווערסיע פֿון אַ זשורנאַל־אַרטיקל און טראָגט אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן סענסאַציאָנעלן טעם.
צי די פּרעטענזיעס און צווייפֿלהאַפֿטיקע באַשרײַבונגען פֿון די ביאָגראַפֿיע־מחברים זענען באַרעכטיקט, צי נישט, בלײַבט הערץ־סאָמער אַן ענערגישע מוזיקאַנטקע, נישט געקוקט אויף איר בכּבֿודיקן עלטער. דאָס אַליין איז, אַוודאי, אַ גרויסער חידוש. אינעם יאָר 2011 איז אַרויס דאָס בוך „26 רעצענזיעס פֿון מוזיקאַלישע געשעענישן אין טערעזיענשטאַדט‟, וווּ עס ווערט דערציילט, ווי די נאַציס האָבן געצוווּנגען געוויסע מוזיקאַנטן צו שפּילן אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן. דאָס בוך ווײַזט, אַז אַפֿילו זײַענדיק אינעם נאַצי־לאַגער, האָט הערץ־סאָמער געשפּילט מער ווי 100 מאָל און פֿאַרדינט גאָר אַ פּאָזיטיוון קריטישן אָפּרוף פֿונעם עסטרײַכישן ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר וויקטאָר אולמאַן, וועלכער איז אויך געווען אַ פּיאַניסט.
אינעם יאָר 1944, האָט אולמאַן הויך אָפּגעשאַצט הערץ־סאָמערס טאַלאַנט אינעם שפּילן די מוזיק פֿון בעטהאָווען, שומאַן און שאָפּען. שפּעטער אינעם זעלבן יאָר, איז אולמאַן אומגעבראַכט געוואָרן אין אוישוויץ. צו איר גליק, האָט די פּיאַניסטיקע איבערגעלעבט די מלחמה; איר מאַמע און איר מאַן זענען אָבער אויך אומגעקומען אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן. אַן אַנדער פּערזענלעכע טראַגעדיע איז געשען שפּעטער; איר זון, רפֿאל, וועלכער האָט אויך איבערגעלעבט טערעזיענשטאַדט, איז געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ־קרענק אין 2001. נישט געקוקט אויף דעם טראַגישן לעבן, בלײַבט די פּיאַניסטקע אַ סימבאָל פֿון אַ לעבעדיקן מענטשלעכן גײַסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.