דער אָנגענומענער קוקװינקל אױף דער געשיכטע פֿון ייִדן אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד נעמט פֿאַר אַ יסוד די גרױס־שטאָטישע פּאָזיציע. נאָך דעם װי די רעװאָלוציע פֿון 1917 האָט אָפּגעשאַפֿן דעם תּחום־המושבֿ, האָבן זיך הונדערטער טױזנטער ייִדן אַ לאָז געטאָן אין די גרױסע אינדוסטריעלע שטעט פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע און װײַסרוסלאַנד. דער חורבן האָט כּמעט אױסגעמעקט די פֿאַרבליבענע באַפֿעלקערונג פֿון די שטעטלעך, װאָס איז געװען מער טראַדיציאָנעל אין איר לעבנס־שטײגער. אַזױ אַרום איז פֿונעם שטעטל פֿאַרבליבן בלױז אַ זכר, דער עיקר, אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
עד־היום האָבן די שטעטלדיקע ייִדן ניט געהאַט קײן אײגענע שטים אין דער סאָװעטישער ייִדישער געשיכטע. דער דאָזיקער בלױז איז אױסגעפֿילט געוואָרן אינעם נײַעם בוך פֿון דזשעפֿרי װײַדלינגער „אינעם שאָטן פֿונעם שטעטל‟. פּראָפֿעסאָר װײַדלינגער האָט אין משך פֿון עטלעכע יאָר באַזוכט שטעט און שטעטלעך פֿון פּאָדאָליע און װאָלין, װוּ עס זײַנען נאָך פֿאַרבליבן געצײלטע ייִדישע תּושבֿים. ער האָט מיט אױפֿמערק אױסגעהערט זײערע דערצײלונגען און זײ אַרײַנגעפֿלאָכטן אין דעם מער באַקאַנטן הױפּטשטראָמיקן „מײַסטער־נאַראַטיװ‟ פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער געשיכטע.
פֿון די שטיקלעך זכרונות פֿון עלטערע ייִדן און ייִדענעס קומט אַרױס אַ לעבעדיק און פֿאַרביק בילד פֿון זײער שװערער דאָליע: די פּאָגראָמען פֿונעם בירגער־קריג, דלות, הונגער, האָרעװאַניע אין קאָלװירטן, קאָמוניסטישע גזירות קעגן רעליגיע, און דאָס סאַמע טראַגישסטע, די דײַטשישע און רומענישע אָקופּאַציע. דאָס רובֿ שטעט און שטעטלעך, װאָס װײַדלינגער האָט באַזוכט, געפֿינען זיך אין פּאָדאָליע צװישן די טײַכן דרום־בוג און דנעסטער. דער דאָזיקער שטח איז בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה געװען אונטער דעם רומענישן קאָנטראָל. אַהין, קײן „טראַנסניסטריע‟, האָבן די רומענער דעפּאָרטירט צענדליקער טױזנטער ייִדן פֿון בעסאַראַביע און בוקאָװינע. דאָס רובֿ מענטשן זײַנען אומגעקומען אין די אוממענטשלעכע באַדינגונגען פֿון די געטאָס און לאַגערן, אָבער אַ טײל האָט דאָך איבערגעלעבט די אָקופּאַציע. און בלױז אַ הײפֿעלע פֿון זײ לעבן ביז הײַנט אין זײערע אוקראַיִנישע הײמשטעט.
הגם דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער שטײגער האָט שטאַרק געליטן אונטער דער סאָװעטישער מאַכט, האָבן די פּאָדאָליער ייִדן אָפּגעהיט אַ סך מער ייִדישקײט אײדער די, װאָס זײַנען אױסגעװאַנדערט אין די גרעסערע שטעט. אַ היפּשע צאָל ייִדן זײַנען דאָ געװען בעל־מלאכות, בפֿרט אַז די סאָװעטן האָבן אָפּגעשאַפֿן דאָס פּריװאַטע אײגנטום און דערדריקט דעם האַנדל און אונטערנעמונגען. האָט מען געזוכט כּלערלײ פּרנסות, באַדינט די פּױערים פֿון די סבֿיבֿות, געהאַנדלט שטילערהײט, און געאַרבעט אין מלוכישע אַנשטאַלטן.
ס‘רובֿ מאַטעריאַל פֿאַר זײַן בוך האָט װײַדלינגער געפֿונען אין טולטשין, בערשאַד, שאַרגאָראָד, טאָמאַשפּאָל און קלענערע אַרומיקע שטעטלעך. ניט געקוקט אױף אַלע צרות, האָבן די דאָזיקע מקומות אָפּגעהיט זײער ייִדיש פּנים ביזן סאַמע אױסבראָך פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה. אין טולטשינער באַצירק זײַנען אין די 1920ער יאָרן געװען פֿערצן פֿיר־יאָריקע ייִדישע עלעמענטאַר–שולן און אַכט זיבן־יאָריקע מיטלשולן. די בערשאַדער ייִדישע מיטלשול האָט אין 1923 געהאַט כּמעט 400 תּלמידים. אין דער שול האָבן די קינדער אױך באַקומען אַ ביסל עסן, צומאָל אױך בגדים, ביכער און פּאַפּיר. אָבער ניט געקוקט אױף דעם, זײַנען די ייִדישע שולן ניט געװען פּאָפּולער.
װײניקער װי פֿופֿציק פּראָצענט ייִדן האָבן געשיקט זײערע קינדער אין די ייִדישע שולן, אַפֿילו אין די בעסטע יאָרן, װײַל קײן צוקונפֿט האָט די בילדונג אױף ייִדיש ניט געהאַט.
פּאַראַלעל מיט די סאָװעטישע שולן האָבן אין די שטעטלעך פֿונקציאָנירט אונטערערדישע חדרים, װוּ מען האָט געלערט ייִדישע ייִנגלעך תּפֿילות און אַ ביסל לשון־קודש. װי מען דערצײלט, האָט די מלוכה געװוּסט וועגן די דאָזיקע אַנשטאַלטן, אָבער אָפֿט מאָל האָט מען זײ ניט געטשעפּעט. אײניקע ייִנגלעך האָבן געלעבט אין צװײ פֿאַרשידענע װעלטן. אין דער הײם האָבן זײ אָפּגעהיט ייִדישקײט, און אין דער שול — באַקומען די קאָמוניסטישע דערציִונג. אין יעדן שטעטל, שרײַבט װײַדלינגער, „האָבן די ׳רעשטן פֿונעם אַלטן שטײגער׳ קאָנקורירט מיט די נײַע, אָפֿיציעל־געשטיצטע פֿאָרמען פֿון קולטורעלער פֿאַרװײַלונג: טעאַטער־קרײַזן, ביבליאָטעקן, װאַנט־צײַטונגען, קאָמוניסטישע קלובן‟.
ניט געקוקט אױף דער אַגרעסיװער אַנטי־רעליגיעזער פּראָפּאַגאַנדע, האָבן אַ סך ייִדן, אַפֿילו פּאַרטײ־מיטגלידער, „געייִדישט‟ (געמלעט) זײערע קינדער, געפּראַװעט פּסח, און געהאַלטן כּשרות אין דער הײם. דער עלטערער דור האָט געפּראַװעט שבת און געדאַװנט אין פּריװאַטע מנינים, און די קינדער האָבן געגעסן חלה, טשאָלנט און געפֿילטע פֿיש. אינעם קינדערשן זכּרון איז די ייִדישקײט פֿאַרבליבן פֿאַרקניפּט מיט די ייִדישע מאכלים. דװקא דאָס עסן, זאָגט װײַדלינגער, איז אײנער פֿון די שטאַרקסטע „סטימולאַטאָרן‟ פֿון זכּרון.
װײַדלינגער פֿאַרענדיקט זײַן דערצײלונג נאָך דער מלחמה, װען די לעבן־געבליבענע ייִדן האָבן זיך גענומען אױפֿצובױען זײער לעבן אױף די חורבֿות פֿון די שטעטלעך. „די בעל־פּהיִקע געשיכטעס מאַכן לײַטער צו פֿאַרשטיין דעם ריטעם און דעם לײַװנט פֿונעם טאָג-טעגלעכן לעבן, און באַטאָנען די שטײגערישע פּרטים. זײ פֿאָקוסירן זיך אױף דעם, װאָס דאָס עמך האָט געהאַלטן פֿאַר װיכטיק: משפּחה, עסנװאַרג, סטאַבילקײט, קהילה. זײ העלפֿן פֿאַרשטײן, װי אַזױ האָבן די יחידים געלעבט זײער לעבן, װי אַזױ זײ האָבן פֿאַרשטאַנען די אַרומיקע װעלט און באַטראַכט זײער אײגענע דערפֿאַרונג.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.