ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published December 03, 2013, issue of December 20, 2013.

חנה קראַל
חנה קראַל

JDC POLSKA אָדער דער פּוילישער צווײַג פֿון „דזשאָינט‟ אָרגאַניזירט יעדעס יאָר אַ סוף־וואָך פֿאַר ייִדישע משפּחות און זייערער קינדער. דער צוזאַמענקום הייסט „לימוד‟, און דער ציל איז טאַקע צו לערנען די פּוילישע ייִדן, וואָס מיינט עס, צו זײַן אַ ייִד און, וואָס איז אַזוינס ייִדישע טראַדיציע און קולטור.

דער האָטעל וואָס דער „דזשאָינט‟ האָט געדונגען, געפֿינט זיך אין אַ וועלדעלע לעבן וואַרשע; האָט נישט קיין אַטראַקציעס, ווי למשל, אַ שווימבאַסיין, טעניס־פּלעצער וכּדומה. מען האָט אויסגעקליבן דווקא אָט דעם האָטעל, כּדי די געסט זאָלן זיצן „על התּורה ועל העבֿודה‟, קומען צו די לעקציעס און נישט פֿאַרברענגען גאַנצע טעג מיט כּל־המינים פֿאַרווײַלונגען.

איינע פֿון די אינטערעסאַנטסטע לעקציעס האָט געגעבן חנה קראַל, אַ באַוווּסטע פּוילישע־ייִדישע שרײַבערין, וואָס איז הײַנט 78 יאָר אַלט און איז ניצול געבליבן צוליב דעם, וואָס אַ פּוילישע משפּחה האָט זי אַדאָפּטירט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

קראַל האָט אנגעהויבן איר קאַריערע ווי אַ פּוילישע זשורנאַליסטקע און האָט באַלד זיך קונה־שם געווען. אירע טעקסטן זענען נישט געווען אויסגעצאַצקעט, ווי עס קומט אָפֿט פֿאָר אין דער פּוילישער פּרעסע. זיי זענען פֿון אָנהייב אָן געווען פּאָפּולער צוליב זייער דרייסטקייט און אויטענטישקייט.

אַרבעטנדיק אין דער פּוילישער פּראָווינץ, נישט דווקא אויף ייִדישע טעמעס, האָט זי פֿון דעסטוועגן באַגעגנט דעם ייִדישן עבֿר אויף יעדן שריט און טריט.

אויף דער לעקציע וואָס זי האָט געגעבן אין „לימוד‟, האָט חנה קראַל געבראַכט ווי אַ בײַשפּיל דאָס שטעטל פּשיסכע. הײַנט איז דאָס אַ קליין שטעטל, וואָס האָט נישט קיין שום ספּעציעלן באַטײַט. אָבער דאָס ייִדישע פּשיסכע איז געווען אַ גרויסער און חשובֿער צענטער פֿון ייִדישן לערנען. שׂימחה בונים פֿון פּשיסכע איז איינער פֿון די חשובֿסטע חסידישע צדיקים, און זײַנע ביכער זענען באַקאַנט איבער דער גאַנצער ייִדישער וועלט. פֿילאָסאָפֿן האַלטן, אַז ער איז איינער פֿון די גאָר חשובֿע אייראָפּעיִשע דענקערס. דער ייִדישער עבֿר רעדט אויף שטום־לשון צו די וואָס קומען הײַנט קיין פּשיסכע.

דער ייִדישער מאַרק שטייט גאַנץ, ווי פֿריִער, אָבער קיין ייִדן וווינען נישט אין די חנוודיקע הײַזער אַרום אים. די גרויסע ייִדישע שיל זעט אויס גרויס און שטאָלץ ווי אַמאָל, אָבער קיין ייִדן קומען שוין נישט דאַוונען אין איר. קראַל האָט געזאָגט, אַז מיר געפֿינען זיך איצט אין די לעצטע מאָמענטן פֿון אַ דור, וואָס האָט געזען דעם חורבן מיט די אייגענע אויגן. אַ סך פֿאַרבאָרגענע געשיכטעס וועלן אויף תּמיד נעלם ווערן, אויב מען וועט זיי נישט רעגיסטרירן אין די קומענדיקע יאָרן און חדשים. דער אַרויסרוף איז נישט קיין לײַכטער, ווײַל אַ סך פֿון די דאָזיקע געשיכטעס זענען שווער און ביטער; ווי למשל, די מעשׂה פֿון אַ ייִדישער פֿרוי, וואָס האָט געזוכט איר ייִדישע מאַמע, אין קראַלס בוך „דערווײַז פֿון קיום‟. די פֿרוי האָט סוף־כּל־סוף אַנטדעקט ווער עס איז איר מאַמע און וווּ די מאַמע וווינט; אָבער די מאַמע, וואָס אַ פּאָליאַק האָט זי באַהאַלטן בשעת דער מלחמה, וויל די טאָכטער נישט זען. דער פּאָליאַק וואָס האָט געראַטעוועט איר מאַמע איז, ווײַזט זיך אויס, דער טאָכטערס טאַטע. די מאַמע וויל אין גאַנצן פֿאַרגעסן יענע יאָרן. אויסמעקן זיי פֿון איר זכּרון. די טאָכטער, פּונקט ווי חנה קראַל, וויל זי דווקא געדענקען. אַ מענטש וויל וויסן פֿון וואַנעט ער שטאַמט.

***

ישׂראלדיקע פֿירמעס און געשעפֿטס־לייט נעמען אַ בכּבֿודיקן אָנטייל אין דער הײַנטיקער פּוילישער ווירטשאַפֿט, אָבער זעלטן ווען שטיצן זיי ייִדישע אָדער אַפֿילו ישׂראלדיקע קולטור־אונטערנעמונגען.

דערפֿאַר בין איך געווען אַ ביסל איבערראַשט, ווען איך האָב געלייענט, אַז די גרויסע ישׂראלדיקע פֿירמע „טבֿע‟ שטיצט דעם שלום אַש־פֿעסטיוואַל, וואָס קומט פֿאָר אין קוטנע.

קוטנע שטאָלצירט מיט איר באַרימטן זון, שלום אש, אפֿשר אויך דערפֿאַר, וואָס קיין נישט-ייִדישן שרײַבער האָט די קליינע פּוילישע שטאָט נישט געהאַט. דער שלום אַש־פֿעסטיוואַל, וואָס קומט פֿאָר סוף נאָוועמבער, איז איינער פֿון די גרעסטע קולטור־אונטערנעמונגען אין דער שטאָט.

און צוריק צו דער ישׂראלדיקע פֿירמע „טבֿע‟. „טבֿע‟ האָט אַ גרויסע פֿאַבריק אין קוטנע. מסתּמא האָט די ישׂראלדיקע פֿירמע נישט געוואָלט זיך אָפּזאָגן צו שטיצן אַ פֿעטסיוואַל, וואָס ווערט געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור אין סאַמע קוטנע גופֿא.

דער ערן-גאַסט פֿונעם פֿעסטיוואַל הײַיאָר איז געווען דוד מאַזאָווער, שלום אַשס אור-אייניקל. מאַזאָווער, וואָס וווינט אין לאָנדאָן, האָט באַדאַנקט די שטאָט וואָס באַערט זײַן עלטער-זיידע. ער האָט געהאַט וואַרעמע געפֿילן פֿאַר די גימנאַזיע-תּלמידים, וואָס זענען געקומען אין קוטנער ביבליאָטעק און קולטור־הויז, צו אַ קאָנפֿערענץ, געווידמעט שלום אַשס דראַמאַטישע ווערק. שלום אַש, האָט דוד מאַזאָווער דערמאָנט, איז געווען פֿון די, וואָס זוכן נײַע וועגן, ווי יונגע מענטשן טוען דאָס אָפֿט. דער טאַטע זײַנער האָט געוואָלט ער זאָל ווערן אַ רבֿ, אָבער דער זון האָט באַשלאָסן צו ווערן אַ שרײַבער.

אַ האַלבער טוץ געלערנטע האָבן געהאַלטן רעפֿעראַטן וועגן שלום אַש אין טעאַטער; און די שטאָט קוטנע האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך מיט זייערע רעפֿעראַטן. אַ צווייט בוך מיט פּוילישע איברעזעצונגען פֿון אַשס וויכטיקסטע דראַמען באַגלייט דאָס אַקאַדעמישע בוך.

די שטאָטישע ביבליאָטעק גיט יעדעס יאָר אויך אַ פּרײַז פֿאַר דער בעסטער פּיעסע אָדער דערציילונג. דער קאָנקורס איז אָפֿן בלויז פֿאַר יוגנטלעכע.

„אַ חתונה אין שטעטל‟ — איז אויך אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם. וואָס איז אַזוינס „אַ חתונה אין שטעטל‟? אינעם שיינעם רעסטאָראַן „ראָנדאָ‟ האָט מען געפּראַוועט אַ שׂימחה — אַ ווירטועלע ייִדישע חתונה מיט ייִדישע מאכלים און ייִדישער מוזיק.

די תּלמידים פֿון די קוטנער פֿאָלקסשולן האָבן אויך געשפּילט אַ פּיעסע, באַזירט אויף די מאַטעריאַלן פֿון אַ צווייטן גרויסן ייִדישן-פּוילישן פּאָעט און שרײַבער — יוליאַן טוּווים. די פֿאָרשטעלונג האָט געהייסן „אַ בריוו צו די קינדער‟.

עס זעט אויס, אַז נישט נאָר אין וואַרשע, קראָקע און אַנדערע גרויסע שטעט ווילן אויפֿגעקלערטע פּאָליאַקן אויפֿהאַלטן דעם אָנדענק פֿון דער גרויסער פּוילישער ייִדישער קולטור. קוטנע, אַ שטאָט פֿון אַן ערך פֿערציק טויזנט אײַנוווינער האָט אויך איר ייִדישן פֿעסטיוואַל.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.