די „גרויסע כאָרשיל‟ אין גראָדנע, ווײַסרוסלאַנד, האָט פֿאַראַכטאָגן דינסטיק אויף דער נאַכט געליטן אַ גרויסן היזק צוליב אַ שׂרפֿה, האָט מיטוואָך איבערגעגעבן דער נויטפֿאַל־מיניסטעריום. די „כאָרשיל‟ איז איינע פֿון די עלטסטע פֿונקציאָנירנדיקע שילן אין אייראָפּע.
דאָס פֿײַער איז געווען אַ רעזולטאַט פֿון אַ באַהייצונג־סיסטעם, וואָס איז קאַליע געוואָרן. די פֿלאַמען האָבן אײַנגעשלונגען די קיך, דעם עסצימער און אַ טייל פֿונעם צווייטן גאָרן. צום גליק, האָט די שׂרפֿה נישט דערגרייכט צום ערשטן אָדער דריטן גאָרן, און האָט בלויז צעשטערט 30 קוואַדראַט־מעטער פֿונעם בנין. קיינער איז נישט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן.
לויט דער חב״ד־וועבזײַט, איז די „גרויסע כאָרשיל‟ געגרינדעט געוואָרן אין 1568, דורכן הויפּט־רבֿ פֿון דער שטאָט, מרדכי יפֿה, און ווערט באַצייכנט ווי די עלטסטע שיל אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָט נאָך אַלץ אַ רעגלמעסיקן מנין.
אינעם יאָר 1899 איז דער הילצערנער בנין אין גאַנצן אָפּגעברענט געוואָרן, גיט איבער די וועבזײַט פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, אָבער ער איז גיך איבערגעבויט געוואָרן מיט ציגל, און ווײַטער געדינט דער קהילה. פֿאַראַיאָרן האָבן די ייִדישע כּלל־טוער פֿון גראָדנע געמאָלדן, אַז זיי גרייטן זיך צו מאַכן אַ גרעסערן רעמאָנט, נאָך יאָרן לאַנג פֿון אָפּגעלאָזנקייט אונטער דער סאָוועטישער תּקופֿה.
במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן די נאַציס פֿאַרזאַמלט אַלע ייִדן פֿון גראָדנע לעבן דער „גרויסער כאָרשיל‟, איידער זיי האָבן די ייִדן דעפּאָרטירט אין די אומברענג־לאַגערן.
נאָך דער מלחמה האָט די סאָוועטישע רעגירונג געניצט דעם בנין ווי אַ שפּײַז־סקלאַד, אַן אַפּטייק און אַ קונסט־וואַרשטאַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.