„כעזבאָלאַ‟ האָט דערקלערט, אַז ישׂראל טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן אַטענטאַט איבערן טעכנאָלאָגיע־ און געווער־שעף פֿון דער שיִיִטישער אָרגאַניזאַציע, וואָס איז פֿאָרגעקומען לעבן ביירוט.
לויט די באַריכטן פֿון „כעזבאָלאַ‟, איז כוסיין אַל־לאַקיס דערשאָסן געוואָרן, בעת ער איז געזעסן אין זײַן פּאַרקירטן אויטאָ לעבן זײַן שטוב, דרום פֿון דער לבֿנון־קרוינשטאָט. דער אַטאַק איז פֿאָרגעקומען דינסטיק אויף דער נאַכט, און ער איז געשטאָרבן דעם צווייטן אינדערפֿרי אין אַ שפּיטאָל.
„דער ישׂראלדיקער שׂונא איז, אַוודאי, שולדיק אין דעם,‟ איז געשטאַנען אין דער אָפֿיציעלער מעלדונג פֿון „כעזבאָלאַ‟. „דער שׂונא מוז אָננעמען דאָס גאַנצע אַחריות, און זיך גרייטן אויף נקמה־אַקטן קעגן דעם מיאוסן פֿאַרברעכן, ווי אויך קעגן זײַנע פֿריִערדיקע אַטאַקן אויף די פֿירער און אָפֿיצירן פֿון דער רעזיסטאַנץ.‟
דער וואָרטזאָגער פֿונעם ישׂראלדיקן אויסערן־מינסטעריום, יגאל פּלמור, האָט געלייקנט די באַשולדיקונג.
„ישׂראל האָט גאָרנישט צו טאָן מיט דעם אינצידענט,‟ האָט פּלמור געזאָגט. „די אויטאָמאַטישע באַשולדיקונגען זענען ווי אַן אינעווייניקסטער רעפֿלעקס בײַ ׳כעזבאָלאַ׳. זיי נייטיקן זיך נישט אין קיין באַווײַזן, אין קיין פֿאַקטן; זיי באַשולדיקן ישׂראל אין אַלץ.‟
לאַקיס האָט זיך אָנגעשלאָסן אין „כעזבאָלאַ‟ גלײַך בײַ דער גרינדונג פֿון דער אָרגאַניזאַציע אין די 1980ער. ער איז געווען אַ מיטגליד פֿון דער מיליטערישער עליטע פֿון דער אָרגאַניזאַציע, און געווען פֿאַרבונדן מיט די סירישע און איראַנישע אויסשפּיר־אַגענטורן. זײַן טויט איז אַ קלאַפּ פֿאַר „כעזבאָלאַ‟, וואָס האָט שטאַרק אינוועסטירט אינעם פֿאַרטיידיקן די כּוחות פֿונעם סירישן פּעזידענט באַשאַר אַל־אַסאַד אינעם בירגערקריג אין סיריע — אַ שריט, וואָס האָט דערפֿירט צו בלוט־פֿאַרגיסונג אין לבֿנון אויך.
ישׂראל האָט געגעבן אָנצוהערן, אַז די מערדער זענען אפֿשר געווען סוניטישע אויפֿשטענדלער אין לבֿנון, אויפֿגעבראַכט קעגן „כעזבאָלאַס‟ אַליאַנץ מיט אַסאַדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.