דעם זעקסטן טאָג חנוכּה האָט דער ניו־יאָרקער בירגער־מײַסטער מײַקל בלומבערג געפּראַוועט די לעצטע אָפֿיציעלע חנוכּה־שׂימחה פֿון זײַן אַדמיניסטראַציע, אינעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה‟, אין דרום־מאַנהעטן. בערך 500 געסט זענען געקומען.
„ס׳איז דער סוף פֿון אַ תּקופֿה,‟ האָט באַמערקט ראַבינער באָב קאַפּלאַן, אַ הויכער באַאַמטער פֿונעם „ניו־יאָרקער ראַט פֿון ייִדישע קהילה־באַציִונגען‟. „במשך פֿון די לעצטע 12 יאָר האָט מען געוווּסט צו וועמען זיך צו ווענדן, און וועגן וואָס צו רעדן. איצט וועלן אָנקומען נײַע כּוחות.‟
דער עולם איז באַשטאַנען פֿון אַ סך ייִדן, אָבער ווייניק „מאַכערס‟ — צום טייל, ווײַל אינעם זעלבן אָוונט האָט די „יו־דזשיי־איי‟ (ניו־יאָרקער ייִדישע פֿעדעראַציע) אָפּגעריכט איר יערלעכן באַנקעט אויף וואָל־סטריט, וווּ דער ערן־גאַסט איז געווען דער פֿירמע־שעף פֿון „גאָלדמאַן סאַקס‟, לויד בלאַנקפֿײַן. אַ צאָל פֿיגורן פֿון דער בלומבערג־אַדמיניסטראַציע, אַרײַנגערעכנט דעם קאָמיסיאָנער פֿון דער ניו־יאָרקער פּאָליציי, ריי קעלי, זענען בײַגעווען בײַ דער „יו־דזשיי־איי‟־אונטערנעמונג.
צווישן די פּאָליטיקער, וועלכע האָבן יאָ פֿאַרבראַכט מיט בלומבערגן זענען געווען ראָבערט מאָרגענטאַו, דער 94־יאָריקער געוועזענער הויפּט־פּראָקוראָר פֿון מאַנהעטן, און אַלעק ברוק־קראַסני, אַ רוסיש־רעדנדיקער דעמאָקראַט פֿון דרום־ברוקלים.
עטלעכע פֿיגורן, פֿאַרבונדן מיטן אַרײַנקומענדיקן בירגער־מײַסטער, ביל דע׳בלאַזיאָ, זענען אויך געווען אויף דער בלומבערג־שׂימחה, אַרײַנגערעכנט זײַן חסידישן עצה־געבער, פּיני רינגל, און דעם דירעקטאָר פֿונעם „ניו־יאָרקער ראַט פֿון ייִדישע קהילה־באַציִונגען‟, מײַקל מילער, וועלכער דינט אין דע׳בלאַזיאָס איבערגאַנג־קאָמאַנדע. בײַ די וואַלן האָט דע׳בלאַזיאָ באַקומען די שטיצע פֿון 53% פֿון די ייִדישע וויילער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.