מאָנטיק, דעם 2טן דעצעמבער, איז פֿאָרגעקומען אַ ריזיקער חנוכּה־ספּעקטאַקל אונטערן נאָמען „נס פֿון נסים‟, לכּבֿוד דעם אַקטיאָר, זינגער, דראַמאַטורג און געזעלשאַפֿטלעכן טוער, טעאָדאָר ביקעל. די פּראָגראַם, אין דער אויספֿירונג פֿון משה ראָזענפֿעלד און אונטער דער מוזיקאַלישער רעזשי פֿון זלמן מלאָטעק, איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין „סימפֿאָני ספּייס‟ ווי אַ געלטזאַמלונג לטובֿת דער „פֿאָלקסבינע.‟ דער אָוונט האָט ספּעציעל אַרויסגעבראַכט צוויי יובֿלען, וואָס קומען אין גיכן: דער 90סטער געבורטסטאָג פֿונעם אורח־הכּבֿוד טעאָדאָר ביקעל, און דער 100סטער יאָרגאַנג זינט דער גרינדונג פֿונעם טעאַטער. אַרום 700 מענטשן האָבן אָנגעפֿילט דעם ריזיקן טעאַטער־זאַל אויפֿן נאָמען פֿון פּעטער דזשיי שאַרפּ.
די פּראָגראַם האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַן אַרײַנפֿיר־רעדע פֿון דזשאָען באָרץ, אין וועלכער זי האָט באַטאָנט דעם אַקטיוויזם פֿונעם אורח־הכּבֿוד און געלויבט זײַן כּמעט פֿופֿציק־יאָריקע קאַריערע ווי טבֿיה דער מילכיקער. באָרץ האָט איבערגעגעבן דעם ענטוזיאַסטישן עולם, אַז ביקעל בלײַבט ביז הײַנט אַן אַקטיוויסט לטובֿת דעם ייִדישן פֿאָלק. זי האָט באַמערקט, אַז ער האָט ערשט אין נאָוועמבער געגעבן אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער, בײַם עסטרײַכישן פּאַרלאַמענט, כּדי אָפּצומערקן 75 יאָר זינט דער „קרישטאָלנאַכט‟. באָרץ האָט דערמאָנט אַז ביקעל, וואָס איז אַנטלאָפֿן מיט דער משפּחה פֿון ווין קיין פּאַלעסטינע אין 1938 צו 14 יאָר, האָט געזונגען דעם פּאַרטיזאַנער־הימען „זאָג ניט קיין מאָל‟ פֿאַרן עסטרײַכישן פּאַרלאַמענט. „ער האָט בײַם פּאַרלאַמענט ניט בלויז געגעבן אַ קאָנצערט, נאָר אויך אונדז געדינט ווי אַ פֿאָרשטייער און אַ סימבאָל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק‟, האָט באָרץ איבערגעגעבן דעם עולם.
צווישן די צענדליקער חנוכּה־לידער, וואָס מע האָט געזונגען אין דעם מוזיקאַלישן טייל פֿונעם אָוונט, זענען דעם עולם ספּעציעל געפֿעלן געוואָרן דאָס באַוווּסטע חנוכּה־ליד פֿון פּעטער, פּאָול און מערי „צינדט אָן איין ליכט‟, געזונגען פֿון אַבֿי פֿוקס־ראָזען, דזשאָען באָרץ און רחל יוכט; „ווי אַזוי טרינקט דער קייסער טיי‟, געזונגען דורכן אָפּערע־זינגער עלמאָר דזשיימס אויפֿן סמך פֿון פּאָול ראָבסאָנס נוסח, און צוויי איראָנישע איבערזעצונגען אויף ייִדיש פֿון די פּאָפּולערע אַמעריקאַנער ניטל־לידער, „ווינטער־וווּנדערלאַנד‟ און „סאַנטאַ קלאַוס קומט אין שטאָט‟, געזונגען דורך דזשאָען באָרץ און רחל יוכט.
כּדאַי צו באַמערקן, אַז מע האָט ניט בלויז געזונגען ייִדיש און ענגליש־שפּראַכיקע חנוכּה־לידער, נאָר אויך אַ פּאָר לידער פֿון אַנדערע ייִדישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס. דער באַקאַנטער גריכיש־ישׂראלדיקער בוזוקי־שפּילער אַבֿרהם פּענגאַס, למשל, האָט געזונגען חנוכּה־לידער אויף דזשודעזמאָ, גריכיש און העברעיִש. צום ערשט האָט ער זיך אַליין באַגלייט אויף אַ גיטאַר און דערנאָך האָט ער געשפּילט דעם בוזוקי, אַ מין לוטניע. פּענגאַס איז איינער פֿון די בעסטע בוזוקי־שפּילער אויף דער וועלט און האָט דעם עולם פֿאַרכּישופֿט מיט זײַן ווירטואָזן שפּילן.
נאָך דעם מוזיקאַלישן טייל האָט גערעדט דער לעגענדאַרער ייִדישער אַקטיאָר און קאָמעדיאַנט פֿײַוויש פֿינקל וועגן זײַנע איבערלעבענישן - סײַ פּראָפֿעציאָנעלע, סײַ פּערזענלעכע - מיט טעאָדאָר ביקעלן. פֿינקל האָט דערמאָנט, אַז ער האָט יאָרן־לאַנג געשפּילט די ראָלע פֿון „טבֿיה דער מילכיקער‟, אָבער ווען ער און ביקעל האָבן צוזאַמענגעשפּילט אין דער זעלביקער פֿאָרשטעלונג, האָט ביקעל שטענדיק געשפּילט טבֿיה, ווײַל „ער איז דער עכטער איקאָנישער טבֿיה, און איך בין זײַן שוחט.‟ דערנאָך איז דער אורח־הכּבֿוד אַליין אויפֿגעטראָטן אויף דער בינע מיט אַ סצענע פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, צוזאַמען מיט פֿײַוויש פֿינקלען. דער עולם האָט כּמעט געפּלאַצט פֿאַר געלעכטער ווען די צוויי האָבן פֿאָרגעשטעלט די סצענע, אין וועלכער לייזער וואָלף דערקלערט טבֿיהן, אַז ער וויל חתונה האָבן מיט זײַן טאָכטער. נאָך דער סצענע האָבן פֿינקל און ביקעל צוזאַמענגעזונגען דאָס באַקאַנטע ליד פֿונעם זעלביקן מוזיקל, „לחיים.‟
צווישן די רעדנדערס איז אויפֿגעטראָטן אַן אומדערוואַרטער גאַסט, די ראָמאַניסטקע און אייניקל פֿון שלום־עליכם, בעל קאַופֿמאַן, וואָס איז שוין קיין עין־הרע 102 יאָר אַלט. דער עולם האָט כּמעט צוויי מינוט געפּאַטשט „בראַוואָ‟ ווען זי איז צוגעקומען צום מיקראָפֿאָן. קאַופֿמאַן האָט אַ ביסל שעמעוודיק געזאָגט: „אָבער איך האָב דאָך אַפֿילו גאָרניט ניט געזאָגט!‟ בעל האָט דערמאָנט, אַז ביקעל איז אַ לאַנג־יאָריקער חבֿר פֿון איר פֿאַמיליע און איבערגעגעבן, אַז „ווײַל איך בין שוין אַזוי אַלט, שעם איך זיך ניט עפֿנטלעך אויסצוזאָגן איין פּשוטן פֿאַקט, אַז איך האָב ליב טעאָדאָר ביקעל!‟
נאָך בעל קאַופֿמאַמס רעדע האָט די „פֿאָלקסבינע‟ פֿאָרמעל געגעבן טעאָדאָר ביקעלן אַן אויסצייכענונג פֿאַר „לעבנס־לאַנגע דערגרייכונגען‟. ביקעל האָט וואַרעם אויפֿגענומען די „בראַוואָס‟ פֿונעם עולם און באַדאַנקט די „פֿאָלקסבינע‟. ער האָט געבעטן בײַם עולם מע זאָל באַהאַנדלען די קולטורעלע אוצרות פֿון ייִדיש מיט דרך־ארץ, און זיי שטיצן כּדי אָנצוגיין ווײַטער. נאָך זײַן רעדע האָט ביקעל מכבד געווען דעם עולם מיט די לידער „קינדער־יאָרן‟ און „הוליעט, הוליעט קינדערלעך‟ פֿון מרדכי געבירטיג.
בײַם סוף זענען אַלע זינגער און רעדנערס ווידער אַרויפֿגעקומען אויף דער בינע צו זינגען „אַלע ברידער.‟ אין דער זעלביקער צײַט וואָס די „פֿאָלקסבינע־קאַפּעליע‟ האָט געשפּילט, האָבן פֿײַוויש פֿינקל, טעאָדאָר ביקעל און בעל קאַופֿמאַן געטאַנצט צוזאַמען אויף דער בינע. כּמעט אַלע אין זאַל, אַרײַנגערעכנט די באַקאַנטע סעקס־טעראַפּעווטקע ד׳׳ר רות וועסטהײַמער און אַ סך באַקאַנטע פּנימער אויף דער „ייִדיש־גאַס‟, האָבן פֿריילעך מיטגעטאַנצט צום טאַקט פֿון דמיטרי־„זיסל‟ סלעפּאָוויטשס קלאַרנעט.
דער עולם איז אַרויסגעגאַנגען אַ צופֿרידענער, ממש אַרויסגעטאַנצט פֿונעם זאַל, און מע האָט באַוווּנדערט די נסים, ניט בלויז פֿון חנוכּה, נאָר אויך פֿונעם אוניקאַלן אָוונט וואָס איז טאַקע געווען אַ „נס פֿון נסים.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.