חב‟ד האָט געפֿײַערט „די וואָך פֿון חסידיזם‟, מיט דער באַטייליקונג פֿון הרבֿ מאָנעס פֿרידמאַן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. הונדערטער מענטשן האָבן זיך באַטייליקט אין די אונטערנעמונגען, וועלכע מען האָט געפֿײַערט די וואָך אין בוענאָס־אײַרעס.
ד”ר שלײַען, אַ רבֿ און אַ פֿילאָסאָף, האָט געהאַלטן אַ לעקציע וועגן אויטאָ־צענזורירטע טיילן אין תּלמוד. אין זײַן עקספּאָזע האָט ער דערמאָנט אַ ריי פּערזאָנען און פֿאַלן, וואָס מען האָט בכּיוון אויסגעמעקט פֿון די פֿאַרשיידענע אויסגאַבעס פֿון תּלמוד.
משה בן איגווי איז אויסגעליווערט געוואָרן פֿון אַרגענטינע קיין ישׂראל.
ער האָט אין 1994 באַגנבֿעט און דערהרגעט אין ישׂראל אַ טאַקסי־פֿירער. אין 2004 איז ער אַנטלאָפֿן קיין אַרגענטינע און די טעג איז ער אַרויסגעשיקט געוואָרן צוריק קיין ישׂראל, וווּ ער וועט געמישפּט ווערן פֿאַר דער גנבֿה, און ניט פֿאַר דער רציחה, צוליב אַ הסכּם מיט אַרגענטינע, וואָס דערלויבט נישט צו מישפּטן פֿאַר אַ רציחה ייִנגער פֿון 19 יאָר אַלט. בן איגווי און זײַן חבֿר, ארבעל אלוני, זיינען אַלט געווען 14 יאָר, ווען זיי זײַנען פֿאַרמישפּט געוואָרן אויף 16 יאָר תּפֿיסה. בעת אַ דערלויבעניש אַרויסצוגיין צײַטווײַליק פֿון דער תּפֿיסה, האָט ער באַגנבֿעט אַ געשעפֿט, און בעתן נײַעם מישפּט איז ער אַנטלאָפֿן קיין אַרגענטינע מיט אַ פֿאַלשן פּאַס.
איבער אַ שטאַרקן רעגן זײַנען אָפּגעלייגט געוואָרן אַ סך עפֿנטלעכע אוטערנעמונגען, געווידמעט חנוכּה. אבער מיט דער באַטייליקונג פֿון אַ גרויסן עולם האָט מען אויף מאָרגן אָנגעצונדן ליכט אין אַ סך פּאַרקן פֿון דער שטאָט. די בוענאָס־אײַרעס־קהילה האָט נאָך דער צערעמאָניע אָרגאַזינידט אַ קלעזמאָרים־קאָנצערט ביז שפּעט בײַ נאַכט. אויך די קאָנסערוואַטיווע און די ליובאַוויטשער האָבן אָרגאַניזירט קאָנצערטן און אייניקע פּאָליטיקער זײַנען פֿאַרבעטן געוואָרן אָנצינדן ליכט.
די „דאַיאַ‟ האָט באַערט די ייִדישע ראַדיאָ „חי‟, איבער איר טעטיקייט וואָס פֿאַרשטאַרקט די ייִדישע קולטור; און איז אַ פּערמאַנענטע פֿאַרבינדונג מיט די צוהערער צו דעם געזעלשאַפֿטלעכן ייִדישן לעבן. די ראַדיאָ פֿונקציאָנירט 24 שעה.
די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע האָט דורכגעפֿירט אַן אָוונט, געווידמעט דוד בן־גוריון צו די 40 יאָר נאָך זײַן טויט. ער איז געווען די פֿירנדיקסטע פֿיגור אין ישׂראל, בעת די ערשטע 11 יאָר פֿון דער מדינה. ער איז געשטאָרבן אין שׂדה בוקר דעם 1טן דעצעמבער 1973.
שמעון פּערעס, דער ישׂראל־פּרעזידענט, האָט זיך באַטייליקט אינעם אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־יאַריד אין גוואַדאַלאַכאַראַ, מעקסיקע וווּ ער האָט געהאַלטן די דערעפֿענונג־רעדע. דער ישׂראלדיקער שרײַבער דוד גראָסמאַן איז אויך פֿאַרבעטן געוואָרן און געהאַלטן רעפֿעראַטן אויף דעם גרעסטן ביכער־יאַריד פֿון דער שפּאַנישער שפּראַך.
די „דאַיאַ‟ און די באַנק פֿון גאַליסיאַ האָבן פֿאַרטיילט זייער פּרעמיע פֿאַרן יאָר 2013 פֿאַר אינסטיטוציעס און יחידים,וואָס האָבן בײַגעטראָגן פֿאַרן לימוד פֿון חורבן אין אַרגענטינע. לערער פֿון די אַרגענטינער פּראָווינצן האָבן הײַיאָר באַקומען די אויסצייכענונג.
אין דער פּראָווינץ סאַנטאָ פֿע האָבן די אָרטיקע קהילה און די מוניציפּאַליטעט פּרעזענטירט דאָס בוך „זאָלסט דערציילן דײַנע קינדער‟, וואָס איז אַן אָפּקלײַב פֿון זכרונות פֿון די לעבנס־געקליבענע נאָכן חורבן. דער אַקט איז פֿאָרגעקומען אין אַן אוידיטאָריע פֿונעם אוניווערסיטעט.
איינער פֿון די קאַנדידאַטן צו די קומענדיקע וואַלן פֿאַר פּרעזידענט אין פּאַנאַמאַ, כואַן קאַרלאָס וואַרעלאַ האָט אַרײַנגענומען אין זײַן פּלאַטפֿאָרם דעם אַנטיסעמיטיזם און די קסענאָפֿאָביע, ווי אַ מיטל צו „פֿאַרשטאַרקן די דעמאָקראַטיע און די עקאָנאָמיע פֿונעם לאַנד‟. דער ייִדישער ייִשובֿ און די דעמאָקראַטישע פּאַרטייען האָבן שאַרף רעאַגירט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.