אין אַ לעקציע־זאַל אין תּלפּיות, ירושלים, זיצן 25 עולים און רעדן וועגן דעם בוך, „אַ שטאָט און איר פֿולקייט‟ — אַ זאַמלונג פֿון 150 דערציילונגען פֿונעם העברעיִשן שרײַבער ש. י. עגנון, וועגן זײַן היימשטעטל, בוטשאַטש, וואָס געפֿינט זיך הײַנט אין אוקראַיִנע. די דיסקוסיע איז אַ טייל פֿון אַ 5־וואָכיקן קורס, „עגנונס היימשטאָט‟, און קומט פֿאָר אינעם רעמאָנטירטן הויז, וווּ עגנון האָט אַ מאָל געוווינט.
די מעשׂיות, וואָס זענען אָפּגעדרוקט געוואָרן נאָך עגנונס טויט, שילדערן די טיפֿקייט און פֿילפֿאַרביקייט פֿון זײַן וועלטבאַנעם, וואָס אַ דאַנק דעם, איז ער עד־היום דער אייציקער ישׂראלי צו האָבן געוווּנען דעם נאָבעל־פּריז פֿאַר ליטעראַטור — אין יאָר 1966. פֿון איין זײַט, איז ער געווען אַ געטרײַער ציוניסט, וועלכער האָט געגלייבט מיטן גאַנצן האַרץ, אַז מע דאַרף בויען אַ ייִדישע מדינה אין פּאַלעסטינע; פֿון דער צווייטער זײַט, האָט ער זײַן גאַנץ לעבן געבענקט נאָכן אידילישן שטעטל פֿון זײַן יוגנט.
עגנון האָט געשריבן די דערציילונגען וועגן בוטשאַטש אין די 1950ער יאָרן, אַ האַלבן יאָרהונדערט נאָך דעם, ווי ער איז אָנגעקומען אין יפֿה.
עטלעכע פֿון די עולים אין קלאַס האָבן אויסגעדריקט מיטגעפֿיל מיט עגנונס געריסנקייט צווישן ישׂראל און זײַן היימשטאָט, זאָגנדיק, אַז זיי גלייבן שטאַרק אין דעם ייִדישן שליחות זיך צו באַזעצן אין מדינת־ישׂראל, אָבער בענקען אויך נאָך דער „אַלטער היים‟ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ענגלאַנד און אַנדערע לענדער.
לייענען עגנון איז נישט גרינג. זײַן העברעיִש איז אָנגעפּיקעוועט מיט אַלטע לשון־קודשדיקע ווערטער און אויסדרוקן, וואָס מע הערט נישט אין דעם הײַנטיקן עבֿרית, און פֿאַררופֿט זיך אויף טראַדיציאָנעלע ייִדישע קוואַלן, ווי אויך אויף דער אַלגעמיינער סעקולערער ליטעראַטור, און „הויכער‟ דײַטשישער קולטור פֿון יענע צײַטן.
געבוירן איז עגנון אין 1887 מיטן נאָמען שמואל־יוסף הלווי טשאַטשקעס, בײַ אַ טראַדיציאָנעלער משפּחה. ער האָט געהאַט אַזאַ גוט קעפּל, אַז די עלטערן האָבן אים אַרויסגענומען פֿון חדר, און ער האָט זיך געלערנט בײַם טאַטן, אַ רבֿ, אין דער היים. דער טאַטע האָט אָבער שווער געאַרבעט ווי אַ פּעלץ־הענדלער, האָט דאָס קינד זיך אָפֿט מאָל אַליין געלערנט אין בית־מדרש, וווּ מע האָט אויף די פּאָליצעס געקענט געפֿינען נישט בלויז די הייליקע ספֿרים, אָבער אויך אַ גרויסן אויסקלײַב פֿון דער סעקולערער ליטעראַטור.
נאָכן באַזעצן זיך אין ארץ־ישׂראל אין 1907 צו 20 יאָר, האָט ער אַרויסגעלאָזט זײַן ערשט בוך, „זאָלן די קרומע אויסגעגלײַכט ווערן‟, אין 1912, און דעמאָלט פֿאָרמעל געביטן זײַן נאָמען אויף עגנון — אַ פֿאַררוף אויף אַ העלדין אין זײַן בוך, וואָס איר מאַן איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, און זי איז געוואָרן אַן עגונה.
עגנון האָט געוווינט אין יפֿה, וווּ ער האָט אַנטוויקלט אַ פֿרײַנדשאַפֿט מיט הרבֿ אַבֿרהם־יצחק הכּהן קוק, דעמאָלט דער הויפּט־רבֿ פֿון דער שטאָט — נישט ווײַט פֿון תּל־אָבֿיבֿ, די ערשטע העברעיִש־רעדנדיקע שטאָט.
פֿינף יאָר שפּעטער האָט ער זיך אַריבערגעצויגן קיין בערלין, מיינענדיק צו בלײַבן דאָרט בלויז אַ יאָר, אָבער צוליב דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ער זיך געמוזט פֿאַרהאַלטן ביזן יאָר 1924. במשך פֿון דער צײַט האָט ער חתונה געהאַט און געהאַט צוויי קינדער. ער האָט זיך אויך באַקענט מיטן גרויסן געלערנטן, גרשון שלום, און אַנדערע מיטגלידער פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ.
אין 1924 האָט אַ שׂרפֿה צעשטערט זײַן שטוב און פּערזענלעכע ביבליאָטעק אין בערלין, און ער האָט זיך אומגעקערט קיין ירושלים. דאָרט האָט ער ווידער צונויפֿגעשטעלט די ביבליאָטעק, אָבער אין 1929 האָבן די אַראַבישע דעמאָנסטראַנטן זי ווידער צעשטערט. אין 1931 האָט די משפּחה זיך אַרײַנגעצויגן אין זייער דריטער היים, וואָס דינט הײַנט ווי אַ מוזיי, געווידמעט זײַן לעבן און שאַפֿונג.
אינעם איצטיקן קורס באַטייליקן זיך אויך סטודענטן מחוץ ישׂראל, דורך דער אינטערנעץ. יואל נאָוויצקי, אַ דיריגענט פֿון אַן אָרקעסטער אין וואַרשע, זאָגט, אַז ער פֿילט אַן עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג מיט עגנון. „די ערשטע דערציילונג זײַנע, וואָס איך האָב געלייענט, איז געווען ׳דער משל פֿונעם ציגעלע׳, וועגן אַ ייִנגל אין שטעטל, וואָס גייט נאָך אַ כּישוף־ציגעלע אין אַ הייל אַרײַן, און קומט פּלוצלינג אַרויס אין ישׂראל, לעבן צפֿת. לייענענדיק יענע דערציילונג, בפֿרט דאָ אין פּוילן נאָך דער מלחמה, האָב איך זיך שטאַרק אידענטיפֿיצירט מיטן ייִנגל, וואָס ווערט טראַנספּאָרטירט פֿון דער אַלטער היים אינעם לאַנד, נאָך וועלכן די ייִדן האָבן אַזוי לאַנג געוואַרט,‟ האָט נאָוויצקי געזאָגט.
הגם די הײַנטיקע ישׂראלדיקע תּלמידים האָבן ווייניק געדולד פֿאַר עגנונס פּאָעטיש לשון און זײַן שילדערונג פֿון אַ פֿאַרלוירענער וועלט, שאַצן זײַנע דערוואַקסענע לייענער אין ישׂראל און אין אויסלאַנד יאָ אָפּ זײַנע ווערק, וואָס האָבן אַ ספּעציעלן באַטײַט פֿאַר דער מאָדערנער תּקופֿה — די באַמיִונגען פֿונעם מענטש צו געפֿינען סטאַביליטעט אין אַ צײַט פֿון מאַסן־מיגראַציעס און בליץ־גיכער קולטורעלע ענדערונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.