אַ טייל וועלט־באַרימטע שעפֿערישע פּערזענלעכקייטן באַטייליקן זיך אינעם בויקאָט פֿון ישׂראל. להיפּוך, קלײַבט זיך יעווגעני קיסין, איינער פֿון די גרעסטע פּיאַניסטן אין דער וועלט, אָנצונעמען די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט שבת־צו־נאַכטס, דעם 7טן דעצעמבער.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַ טייל ישׂראלדיקע מוזיקאַנטן, שטאָליצירט יעווגעני קיסין מיט דעם, וואָס ער איז אַ ייִד און אַ שטיצער פֿון דער ייִדישער מלוכה. דער פּיאַניסט איז געבוירן געוואָרן אין רוסלאַנד, און האָט לעצטנס געוווינט אין פּאַריז און לאָנדאָן. שבת־צו־נאַכטס, אינעם קולטור־צענטער פֿונעם ירושלימער ראַיאָן „משכּנות-שאננים‟, וועט קיסין באַקומען זײַן ישׂראלדיקן פּאַספּאָרט פֿון נתן שטשאַראַנסקי — אַן אַנדער באַרימטער ייִד פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. מאָנטיק, וועט ער אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט אין „בנייני האומה‟ — דער גרעסטער זאַל אין ירושלים.
קיסין איז שוין לאַנג מײַנער אַ גוטער־פֿרײַנד. איצט האָט ער מיך געבעטן מפֿרסם צו זײַן די אָריגינעלע בליצפּאָסט, וועלכע ער האָט געשיקט מיט צוויי יאָר צוריק, ווען ער האָט אָנגעהויבן דעם בירגערשאַפֿט־פּראָצעס. אָט איז דער טעקסט פֿון קיסינס בקשה:
אין בין אַ ייִד, און ישׂראל איז אַ ייִדישע מלוכה. הגם איך וווין נישט דאָרטן, האָב איך שוין לאַנג געפֿילט, אַז דאָס איז די איינציקע מלוכה, וואָס איך באַרטראַכט ערנסט ווי מײַן אייגענע, מיט אַלע אירע פּראָבלעמען, טראַגעדיעס און דער עצם־עקזיסטענץ.
אויב איך רעפּרעזענטיר עפּעס אין דער וועלט, ווי אַ מענטש און אַ קולטור־טוער, רעפּרעזענטיר איך דאָס ייִדישע פֿאָלק. דעריבער, איז ישׂראל דאָס איינציקע לאַנד, וואָס איך וויל רעפּרעזענטירן מיט מײַנע מוזיקאַלישע אויפֿטריטן און אַלע אַנדערע אַנדערע פּירסומדיקע ענינים, וווּ איך זאָל נישט וווינען.
ווען די שׂונאים פֿון ישׂראל פּרוּוון צו שטערן די קאָנצערטן פֿונעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער אָדער דעם ירושלימער קוואַרטעט, בעט איך זיי צו שטערן מײַנע קאָנצערטן אויך, ווײַל די ישׂראלדיקע ענינים זענען מײַנע ענינים, און די שׂונאים פֿון ישׂראל זענען אויך מײַנע שׂונאים.
איך האָב תּמיד פֿײַנט געהאַט שאָוויניזם און קיינמאָל נישט געטראַכט, אַז איין פֿאָלק קאָן זײַן העכער פֿון אַן אַנדער פֿאָלק. צו מײַן מזל, איז מײַן פּראָפֿעסיע, מסתּמא, די סאַמע אינטערנאַציאָנאַלע אין דער וועלט. איך שפּיל מוזיק, געשאַפֿן דורך די גרויסע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער; איך פֿאָר אַרום איבער דער גאָרער וועלט, און באַקען אַלע מינים מענטשן מיט מײַנע באַליבטע מוזיק־ווערק.
פֿונדעסטוועגן, וויל איך אַלעמען געבן צו וויסן, אַז איך בין אַ ייִד און האָב אַ שײַכות צו מדינת־ישׂראל. דערפֿאַר פֿיל איך אַ באַדערפֿעניש אַרומצופֿאָרן איבער דער וועלט דווקא מיט אַ ישׂראלדיקן פּאַספּאָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.