איך האָב שוין כּמעט פֿאַרענדיקט צו לערנען אין דעם זמן, אָט-אָט וועט קומען די צײַט צו קריגן די סוף-זמן-עסייען, וואָס די סטודענטן מוזן, נעבעך, שרײַבן, און איך מוז, נעבעך, לייענען. דאָס אַלץ איז אַ סימן, אַז עס פֿאַרענדיקט זיך דאָס יאָר. האָב איך זיך געכאַפּט, אַז אין עטלעכע וואָכן אַרום וועט שוין זײַן גאָר ניט אַקטועל אָפּצומערקן געוויסע „קײַלעכדיקע דאַטעס‟. ס‘איז כּדאַי צו דערמאָנען זיך, למשל, אַז מיט דרײַסיק יאָר צוריק (אַ ביסל מער, ווײַל געשען איז עס זומערצײַט) איז אין מאָסקווע געשאַפֿן געוואָרן דער טרויעריק באַרימטער, און איצט אין גאַנצן פֿאַרגעסענער, „אַנטי-ציוניסטישער קאָמיטעט פֿון סאָוועטישער געזעלשאַפֿטלעכקייט‟, אין שפּיץ מיטן גענעראַל דוד דראַגונסקי, וועלכער איז פֿאַר זײַן העלדישקייט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה געווען באַלוינט צוויי מאָל מיטן העכסטן טיטל פֿון „העלד פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד‟.
כאַראַקטעריסטיש, אַז דאָס איז געווען דער זעלבער דראַגונסקי, וואָס האָט אין קורצן נאָך דער גרינדונג פֿון מדינת-ישׂראל געשריבן אין די הויכע סאָוועטישע פֿענצטער, מע זאָל אים דערלויבן צו גרינדן אַ דיוויזיע פֿון ייִדישע מלחמה-וועטעראַנען, און שיקן זי צו קעמפֿן פֿאַר ישׂראל קעגן די אַראַבער. אָבער אַזאַ בריוו איז געווען כּשר אין די צײַטן, ווען ער איז געווען אַ מיטגליד פֿון דעם „ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט‟, און אַ הייסע ליבע האָט זיך דעמאָלט צעברענט אויף אַ ווײַלע צווישן מאָסקווע און ירושלים. אין די 1980ער יאָרן זײַנען אַפֿילו קיין האָלעוועשקעס פֿון יענעם פֿײַער ניט פֿאַרבליבן. ישׂראל איז פֿאַררעכנט געוואָרן צווישן די ערגסטע שׂונאים. סאָוועטישע אידעאָלאָגן האָבן באַצייכנט דעם ציוניזם ווי אַ שעדלעכע, ראַסיסטישע טעאָריע און פּראַקטיק. קיין חידוש ניט, אַז דראַגונסקי, אַ דיסציפּלינירטער זעלנער און קאָמוניסט, האָט מער ניט פֿאָרגעלייגט צו קעמפֿן קעגן די אַראַבער.
קלאַנגען וועגן דעם, אַז מע באַקט עפּעס אַ „קאָמיטעט‟ אין דעם אויוון פֿונעם מאָסקווער קרעמל, האָט מען געהערט נאָך איידער דער גאַנצער פּראָיעקט איז געוואָרן אָפֿיציעל אַנאָנסירט. וועגן דעם, ווי אַזוי דער גאַנצער ענין איז פֿאַרטראַכט און צוגעגרייט געוואָרן, איז עד-היום ווייניק באַוווּסט. מיר איז יעדנפֿאַלס ניט אויסגעקומען צו לייענען אַזעלכע מאַטעריאַלן. פֿון דעם וואָס איך האָב געהערט, האָט זיך בײַ מיר געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז דער רעדאַקטאָר פֿון דעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, אַהרן ווערגעליס, אַ שטייגער, האָט געוואָלט האָבן אַן אַנדער מין קאָמיטעט, וועלכער זאָל אויסזען מער ווי אַ ייִדישע קולטור-אַסאָציאַציע, איידער אַ פּראָפּאַגאַנדיסטישע מאַכערײַקע.
אָבער אין דעם „קאַ־גע־בע‟ האָט מען אויסגעקליבן אַן אַנדער רעצעפּט. אַ סבֿרא, אַז גראָד אין דער אָרגאַניזאַציע פֿון די „דרײַ אותיות‟ איז דער דאָזיקער פּראָיעקט געבוירן געוואָרן; און די צײַט גופֿא, ווען דער „קאָמיטעט‟ איז אַרויס אויף דער אייבערפֿלאַך, ווײַזט אויך אָן אויף דעם דאָזיקן קוואַל, בפֿרט, אַז צו יענער צײַט איז בײַם רודער פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, נאָך לעאָניד ברעזשנעווס טויט אין יאָר 1982, געשטאַנען יורי אַנדראָפּאָוו, וואָס האָט פֿריִער אָנגעפֿירט מיטן „קאַ-גע-בע‟.
קיין גרויסע איבערקערעניש האָט דער נײַער „קאָמיטעט‟ ניט געמאַכט. אַ מאַכערײַקע בלײַבט אַ מאַכערײַקע. אָבער אין די לעצטע יאָרן פֿון דער סאָוועטישער מאַכט, ווען איך האָב געאַרבעט אין „סאָוועטיש היימלאַנד‟, האָט זיך פֿאַר מײַנע אויגן אַנטפּלעקט אויך די ניצלעכע זײַט פֿון דער טעטיקייט, וועלכע עס האָט געפֿירט דער דאָזיקער „קאָמיטעט‟. דעמאָלט איז אַ קאָפּיר־מאַשין געווען אַ זעלטנהייט; אָבער דער „קאָמיטעט‟ האָט אַזאַ מאַשין געהאַט, און פֿון מאָל צו מאָל האָט עס געהאָלפֿן דער רעדאַקציע צו מאַכן אַ קאָפּיע פֿון אַ מאַנוסקריפּט. אויף וויפֿל איך ווייס, זײַנען די „קאַ־גע־בע‟-לײַט פֿון דעם אַנטי-ציוניסטישן קאָמיטעט שפּעטער געוואָרן פֿאָרשטייער פֿון דער אַמעריקאַנער פֿירמע Xerox. נאָך מער: אַ געוויסע צײַט האָט זייער אַדמיניסטראַטיווער לאָקאַל זיך געפֿונען אינעם זעלבן בנין, וווּ ס‘איז פֿריִער געווען די רעדאַקציע פֿונעם ייִדישן זשורנאַל. אַזוי האָט מען דערציילט.
אינטערעסאַנט, אַז דער קאָמיטעט האָט עקזיסטירט אַזש ביז אָקטאָבער 1994, דאָס הייסט, שוין „נאָך אַלעמען‟ — נאָכן סוף פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה, און אַ פּאָר יאָר נאָך גענעראַל דראַגונסקיס טויט. עפּעס לייגט זיך מיר ניט אויפֿן שׂכל, אַז דער נײַער רוסישער רעזשים האָט זיך גענייטיקט אין אַזאַ אַטאַוויסטישער סטרוקטור. ס‘איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז אונטערן דאַך פֿון דער דאָזיקער, כּלומרשט, געזעלשאַפֿטלעכער אָרגאַניזאַציע האָט מען פּשוט געמאַכט גוטע געשעפֿטן, אויסניצנדיק די לגאָטעס פֿון אַ „ניט-קאָמערציעלער‟ סטרוקטור.
צווישן די מיטגלידער פֿון דעם קאָמיטעט איז געווען אויך דער באַקאַנטער רוסישער דיכטער אַנדריי דעמענטיעוו. שפּעטער האָט ער געאַרבעט ווי אַ רוסישער זשורנאַליסט אין ישׂראל, האָט זיך ממש פֿאַרליבן אין דעם ייִדישן לאַנד און קומט נאָך אַלץ זייער אָפֿט אַהין. אָט אַזאַ גילגול האָט דורכגעמאַכט זײַן „אַנטי־ציוניזם‟. בכלל, מיין איך, אַז אין דער פֿאָרשונג פֿון דער געשיכטע פֿון דעם „אַנטי-ציוניסטישן קאָמיטעט‟ זײַנען באַזונדערס אינטערעסאַנט די יאָרן פֿון זײַן „נאָך-לעבן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.