נאָך דעם ווי מע האָט דאָנערשטיק געמאָלדן וועגן דער פּטירה פֿונעם 95־יאָריקן געוועזענעם פּרעזידענט פֿון דרום־אַפֿריקע, נעלסאָן מאַנדעלאַ, האָט דער „אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט‟ אַרויסגעלאָזט אַן אָפֿיציעלע דערקלערונג, לויבנדיק זײַן „שטילן כּוח און חשיבֿות‟, אָבער גאָרנישט דערמאָנט דעם פֿאַל, ווען די ייִדישע אָרגאַניזאַציע האָט אַנולירט אַ וועטשערע לכּבֿוד אים, צוליב אַ מחלוקת וועגן אַן איראַנישן שפּיאָנאַזש־פּראָצעס.
הגם אַ סך ייִדישע גרופּעס האָבן געהאַט אַ גרויסן דרך־ארץ פֿאַר מאַנדעלאַס קאַמף קעגן אַפּאַרטהײַד אין דרום־אַפֿריקע, זענען די באַציִונגען צווישן די ייִדן און מאַנדעלאַ קאַליע געוואָרן נאָך דעם, ווי ער האָט אָנגעהויבן אויסדריקן אַ וואַרעמע שטיצע פֿאַרן קאַמף פֿון די פּאַלעסטינער.
„פֿון איין זײַט, איז מאַנדעלאַ געווען אַ געניאַלער, מוטיקער פֿירער אינעם קאַמף פֿאַר גלײַכע רעכט,‟ האָט דערקלערט ראַבינער דוד טויטש, דער הויפּט פֿונעם „צענטער פֿון ייִדישער עטיק‟ בײַם „רעקאָנסטרוקציאָניסטישן ראַבינער־קאָלעדזש‟. „פֿון דער צווייטער זײַט, האָט ער פֿון צײַט צו צײַט באַצייכנט ישׂראל ווי אַ קאָלאָניאַלע מאַכט. אָט דאָס איז געווען די שפּאַנונג.‟
די באַציִונגען צווישן די אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און מאַנדעלאַ זענען געוואָרן אָנגעשטרענגט באַלד ווי מע האָט אים באַפֿרײַט פֿון תּפֿיסה אין 1990, וווּ ער איז געהאַט געזעסן 27 יאָר לאַנג, אונטערן דרום־אַפֿריקאַנער אַפּאַרטהײַד־רעזשים. בלויז אַ חודש נאָך זײַן באַפֿרײַונג האָבן די ייִדישע גרופּעס אים קריטיקירט פֿאַר לויבן די PLO. עטלעכע חדשים נאָך דעם, בעת אַ זיצונג אין זשענעווע, האָבן די אַמעריקאַנער ייִדישע כּלל־טוער זיך געטראָפֿן מיט מאַנדעלאַ און מ׳איז געקומען צו אַ פֿאַרשטאַנד. ווען ער האָט באַזוכט די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין יוני 1990, האָבן די פֿירער פֿון דער „קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן בײַ די הויפּט אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס‟ און דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟ אים אַפֿילו באַגריסט אינעם „קענעדי־פֿליפֿעלד‟.
אָבער בעת יענעם וויזיט אין אַמעריקע, האָט ער אין אַ טעלעוויזיע־אינטערוויו דערקלערט, אַז ער באַטראַכט דעם PLO־פֿירער יאַסיר אַראַפֿאַט ווי אַ „קריג־קאָמראַד‟, אַרויסרופֿנדיק אַ באַנײַטע קריטיק פֿון געוויסע ייִדישע פֿירער.
דער קעגנאַנאַנדיקער אומצוטרוי האָט געהאַט טיפֿע וואָרצלען. „עס זענען געווען פּראָגרעסיווע ייִדן אין דרום־אַפֿריקע, וואָס האָבן געשפּילט פֿירנדיקע ראָלעס אינעם שטיצן מאַנדעלאַ און זײַן נײַע אָרגאַניזאַציע ׳אַפֿריקאַנער נאַציאָנאַלער קאָנגרעס׳,‟ האָט טויטש דערקלערט. „אָבער עס זענען אויך געווען דרום־אַפֿריקאַנער ייִדן פֿון דער ׳עסטאַבלישמענט׳, וועלכע האָבן געוואָלט אויפֿהאַלטן דעם סטאַטוס־קוואָ. ביידע גרופּעס האָבן געזוכט שטיצע בײַ די ייִדן אין אויסלאַנד.‟
דערצו האָט ישׂראל דעמאָלט געהאַט נאָענטע מיליטערישע באַציִונגען מיטן אַפּאַרטהײַד־רעזשים, און אין יאָר 1975 אַפֿילו פֿאָרגעלייגט צו פֿאַרקויפֿן דער רעגירונג נוקלעאַרע וואָפֿנס. גלײַכצײַטיק האָבן אַ סך ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן עפֿנטלעך גערופֿן צו באַפֿרײַען מאַנדעלאַ פֿון תּפֿיסה. אין 1986 האָט „בני־ברית‟ זיך געוואָנדן צום דעמאָלטדיקן דרום־אַפֿריקאַנער פּרעזידענט פּ. דאָבליו באָטאַ צו באַפֿרײַען מאַנדעלאַ.
די באַציִונגען צווישן די אַמעריקאַנער ייִדישע גרופּעס און מאַנדעלאַ האָבן דערגרייכט דעם נידעריקסטן פּונקט אין 2000, נאָך דעם ווי מאַנדעלאַ האָט פֿאַרטיידיקט אַ שפּיאָנאַזש־פּראָצעס אין איראַן קעגן 13 איראַנישע ייִדן, זאָגנדיק אַז דער מישפּט איז „באַרעכטיקט‟. ער האָט עס געזאָגט בלויז עטלעכע טעג איידער דער „אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט‟ האָט געזאָלט אָפּהאַלטן אַ ספּעציעלע וועטשערע, וווּ מע האָט געהאַט בדעה צו באַלוינען מאַנדעלאַ מיט אַ מענטשנרעכט־פּרעמיע. דער „קאָמיטעט‟ האָט די וועטשערע תּיכּף אַנולירט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.