„דאָס שבתדיקע ליכט־בענטשן ווערט פֿאַרשענערט, ווען דער קנויט איז געמאַכט פֿון באַוול, פֿלאַקס אָדער האַנעף…‟
שולחן־ערוך
ס׳איז אפֿשר אַ חידוש, וואָס אין אַ ספֿר פֿון הלכות, זאָל האַנעף — בעסער באַקאַנט ווי קאַנאַביס אָדער מאַריכואַנע — ווערן דערמאָנט אַזוי נאַטירלעך, אָבער ווי עס האָט אַנטדעקט אַ באָסטאָנער געריאַטריקער, יוסף גלאַסמאַן, איז דאָס בלויז איינער פֿון אַ סך בײַשפּילן וועגן דעם באַניץ פֿון מאַריכואַנע אין דער תּורה שבכתּבֿ און תּורה שבעל־פּה.
„לויט דער גמרא, איז דאָס ניצן קאַנאַביס פֿאַר מלבושים און אַנדערע טאָג־טעגלעכע זאַכן געווען זייער פֿאַרשפּרייט בײַ ייִדן,‟ האָט באַמערקט גלאַסמאַן, וועלכער אַרבעט אויך ווי אַ מוהל און האָט אַמאָל געדינט ווי אַ לייטענאַנט אין צה״ל.
מע האָט געניצט האַנעף בײַם מאַכן טליתים און ציצית, און אויך סכך. גלאַסמאַן האָט זיך אויך דערוווּסט, אַז קאַנאַביס ווערט קלאַסיפֿיצירט פֿאַר קיטניות, און איז דערפֿאַר פֿאַרווערט געוואָרן פּסח בײַ די אַשכּנזישע ייִדן. „אויב אַזוי, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז די ייִדן פֿלעגן אײַננעמען קאַנאַביס, אפֿשר ווי שפּײַז, במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר,‟ האָט ער געזאָגט, און צוגעגעגבן, אַז די האַנעף־זאָמען פֿאַרשיכּורן בכלל נישט, און זענען אַ קוואַל פֿון פּראָטעיִן.
גלאַסמאַן האָט צום ערשטן מאָל פּרעזענטירט זײַנע אַנטדעקונגען בעת אַ מעדיצינישן וואַרשטאַט אינעם „ניו־אינגלאַנד סיני־שפּיטאָל‟ אין סטאָטאָן, מאַסאַטשוסעטס, וווּ ער אַרבעט ווי אַ דאָקטער. זינט דעמאָלט האָט ער שוין געגעבן די זעלבע לעקציע פֿאַר אַנדערע דאָקטוירים און געזונט־פּראָפֿעסיאָנאַלן.
„עס זענען פֿאַראַן עטלעכע סיבות, פֿאַר וואָס איך גיב די לעקציעס,‟ האָט ער געזאָגט אויף אַן עפֿנטלעכן וואַרשטאַט אין ברוקלײַן, מאַסאַטשוסעטס אין נאָוועמבער. „ערשטנס, איבערגעבן די רײַכע קולטור־געשיכטע פֿון קאַנאַביס ווי אַ מעדיקאַמענט; צווייטנס, דערקלערן, ווי אַזוי עס העלפֿט דעם פּאַציענט, און דריטנס, דערווײַזן, אַז ס׳שאַט נישט צום געזונט.‟
ער האָט באַטאָנט, אַז ער באַקומט בכלל נישט קיין פֿינאַנציעלע שטיצע פֿאַר זײַן פֿאָרש-אַרבעט, און האָט נישט קיין פֿרײַע מוסטערן אויסצוגעבן — אַ קאָמענטאַר וואָס האָט בײַם עולם אַרויסגערופֿן געלעכטער.
בעת זײַן רעדע האָט גלאַסמאַן דערקלערט, אַז אין „במדבר‟, הייסט גאָט משה רבינון „נעמען פֿאַר זיך געווירצן און בשׂמים‟, וואָס רעכנט מסתּמא אַרײַן האַנעף, און אין „שמות‟ זאָגט ער: „נעמט די בעסטע בשׂמים, מירע, פֿינף הונדערט שקל, שיין־שמעקנדיקן צימערינג און קנה־בשׂם‟, וואָס מיינט „זיסע ראָד‟, אָבער ס‘איז מסתּמא אַ פֿאַררוף אויף האַנעף, זאָגט גלאַסמאַן.
לויט גלאַסמאַנס פֿאָרש-אַרבעט איז האַנעף באַניצט געוואָרן בײַ די בני־ישׂראל ווי אַן אַנעסטעטיק פֿאַר אַ קימפּעטאָרין. דער רמב״ם האָט אויך געשטיצט דאָס ניצן האַנעף, ווי אַ רפֿואה קעגן אַ פֿאַרקילונג אָדער אויער־ווייטיק.
די פֿאַרצײַטיקע ייִדן זענען נישט געווען די איינציקע, וואָס האָבן געניצט קאַנאַביס. במשך פֿון 4,700 יאָר האָט עס געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער כינעזישער מעדיצין; די מיצרים האָבן עס געניצט קעגן אויגן־ווייטיק, און די גריכן האָבן געמאַכט ווײַן פֿון קאַנאַביס און עס געניצט צו היילן אויער־פּראָבלעמען.
גלאַסמאַן האָט אויך געוויזן אַ ווידעאָ פֿון אַן 80־יאָריקן ייִד, אַ לעבן־געבליבענער פֿון חורבן, אין ישׂראל. משה ראָט, אַ שרײַבער און מאָלער, רייכערט רעגלמעסיק מאַריכואַנע, צוליב זײַנע געזונט־פּראָבלעמען. „מײַנע הענט האָבן אויפֿגעהערט צו ציטערן, און איך קען ווידער האַלטן אין דער האַנט אַ גלעזל טיי,‟ האָט ראָט געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.