צווישן מײַנע אַחריותן בײַם „פֿאָרווערטס‟ בין איך אויך דער „קאָאָרדינאַטאָר פֿון סאָציאַלער מעדיאַ ‟ פֿאַר דער צײַטונג. דאָס מיינט, בעצם, אַז איך שטעל אַרויף די אַלע ווידעאָס, אַרטיקלען און ראַדיאָ־פּראָגראַמען, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ פּראָדוצירט, אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟ און פּרוביר צוצוציִען וואָס מער מענטשן דורך די צוויי וועבזײַטן.
כאָטש די סאָציאַלע מעדיאַ עקזיסטירט נאָר זעקס אָדער זיבן יאָר, האָבן זיך שוין אַנטוויקלט מער־ווייניקער פֿעסטע נאָרמעס, ווי אַזוי מע זאָל שרײַבן אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟ אויף ענגליש, און וואָס פֿאַר אַ מין פֿאַרקירצונגען מע קען ניצן, כּדי צו שפּאָרן פּלאַץ. אויף ייִדיש, פֿאַרשטייט זיך, זענען נאָך ניט אויפֿגעקומען אַזעלכע נאָרמעס און ס׳זענען ניטאָ קיין פֿאַרקירצונגען פֿאַרן „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟. צוליב דעם דאַרף איך זיך שטענדיק שפּילן מיטן סטיל פֿון דער שפּראַך, כּדי זי צוצופּאַסן צו די סאָציאַלע נעצן. און פֿאַרשטייט זיך, אַז ייִדיש פֿאַרנעמט מער אָרט אויפֿן זײַטל ווי ענגליש, סײַ אין די צאָל כאַראַקטערן וואָס מע דאַרף, כּדי צו שרײַבן אַ דורכשניטלעך וואָרט און סײַ אין דער צאָל ווערטער וואָס מע דאַרף, כּדי אָנצושרײַבן אַ גראַמאַטישן זאַץ. דאָס ווערט שווער אויפֿן „טוויטער‟, וואָס דערלאָזט ניט מער ווי 140 כאַראַקטערן.
ניט געקוקט אויף די אַלע שוועריקייטן, אָבער, איז די אַרבעט העכסט־אינטערעסאַנט. מענטשן שרײַבן קאָמענטאַרן אויף די אַרטיקלען, טיילן זיך מיט די פֿילמען און ראַדיאָ־פּראָגראַמען און רעדן מיט אַנדערע לייענער פֿון דער צײַטונג. ס׳איז מיר אויך שטענדיק אינטערעסאַנט צו זען, וואָסערע אַרטיקלען אָדער פֿילמען זענען מער פּאָפּולער בײַם עולם. יעדע פּאָר טעג אַנאַליזיר איך די אָפּרופֿן און וויפֿל מענטשן האָבן געזען די פֿאַרשידענע „פּאָסטס‟, כּדי פּרובירן צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס אַ געוויסן אַרטיקל צי פֿילם איז געוואָרן באַזונדערס פּאָפּולער. צומאָל ווערט עס מיר קלאָר און איך באַמי זיך צו סטימולירן אַן אינטערעס צו אַנדערע אַרטיקלען אויפֿן זעלביקן אופֿן. געוויינטלעך, אָבער, בלײַבט עס פֿאַר מיר אַ סוד פֿאַר וואָס געוויסע אַרטיקלען נעמען אויס בײַם עולם, און די אַנדערע ניט.
האָב איך באַשלאָסן אַז ס׳איז כּדאַי צו שרײַבן יעדן חודש וועגן דעם, וואָס ס׳טוט זיך בײַ אונדז אויפֿן „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟. איך האָף אַז די דאָזיקע רובריק וועט אויך סטימולירן מער מענטשן צו באַזוכן אונדז אויפֿן „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟ און זיי דערמוטיקן צו שרײַבן דאָרטן וואָס מער.
אַ מאָל מאַכט זיך, אַז אַ פּאָסט ווערט אַזוי פּאָפּולער, אַז מער מענטשן זעען אים ווי די צאָל פֿון אונדזערע חסידים. אינעם לעצטן חודש איז דאָס געשען נאָר דרײַ מאָל: מיטן בילד פֿונעם „פֿאָרווערטס־בנין‟ אינעם טאָג פֿונעם אַטענטאַט אויף פּרעזידענט קענעדי, ווען די צײַטונג האָט צו יענער צײַט אַרויפֿגעשטעלט אַ בילד פֿונעם פּרעזידענט, מיט די ווערטער: „מיר טרויערן אויף אונדזער גרויסן פֿאַרלוסט.‟ דאָס בילד האָב איך אַרויפֿגעשטעלט אין אָנדענק פֿונעם 50סטן יאָרצײַט נאָכן פּרעזידענט. 17 מענטשן האָבן זיך צעטיילט דאָס בילד, און 17 האָבן געזאָגט, אַז עס איז זיי געפֿעלן.
אַ צווייטער פֿאַל איז געווען די פּאָסט פֿון דעם עפּיזאָד פֿון „עסט געזונטערהייט‟, אין וועלכן, רחל שעכטער און איוו יאָכנאָוויץ האָבן באַוויזן, ווי אַזוי צו מאַכן קנישעס. איך האָב דערמאָנט אין דער פּאָסט, אַז גראָד אין דעם טאָג האָט מען זיך דערוווּסט אַז אַ ריזיקע שׂרפֿה איז פֿאָרגעקומען אין אַ קניש־פֿאַבריק און, אַז קנישעס וועלן אין גיכן אויספֿעלן. אַ פּנים, צוליב דעם צופֿאַל האָבן אַ סך מענטשן זיך פֿאַראינטערעסירט מיטן פֿילם.
דער דריטער פֿאַל איז געווען מיט דער פּאָסט וועגן מײַן אַרטיקל איבערן נײַעם ייִדישן פֿילם „די שפּילקע.‟ אַ סך מענטשן האָבן געזען די פּאָסט, ווײַל די פֿאַרשפּרייטערס פֿונעם פֿילם האָבן עס איבערגעשיקט צו אַ סך מענטשן. אויך באַזונדערס פּאָפּולער איז געווען אַלכּסנדרה פּאָליאַנס באַריכט פֿאַרן „פֿאָרווערטס־קול‟, וועגן דעם פּלאַן צו מאַכן ייִדישע שילדן אויף די גאַסן פֿון ביראָבידזשאַן, וואָס איז געוואָרן ברייט פֿאַרשפּרייט אין „פֿייסבוק‟.
אין דעם טאָג ווען חנה מלאָטעק ז׳׳ל איז געשטאָרבן, האָט דער מוזיקער דמיטרי „זיסל‟ סלעפּאָוויטש אַרויפֿגעשטעלט דעם לעצטן אַרטיקל וואָס זי האָט אַמאָל געשריבן פֿאַר אונדזער צײַטונג („פּערל פֿונעם ייִדישן ליד‟; דעם 1טן יוני 2012) אויף אונדזער „זײַטל־וואַנט‟, און אַנדערע האָבן דעם אַרטיקל דערנאָך פֿאַרשפּרייט.
אויפֿן „טוויטער‟ איז דער פּאָפּולערסטער אַרטיקל פֿון דער צײַטונג געווען עדי מהלאלס אינטערוויו מיטן קאָנטראָווערסיאַלן מחבר מאַקס בלומענטאַל וועגן זײַן נײַ בוך „גלית‟. כאָטש דער ענגלישער „פֿאָרווערטס‟ האָט שטאַרק אַטאַקירט דאָס בוך, האָט מהלאל עס געלויבט. ווען איך האָב געלאָזט מאַקס בלומענטאַל צו וויסן דורכן „טוויטער‟ וועגן דעם אַרטיקל, האָט ער איבערגעשיקט די צוויי „טוויטס‟ וועגן דעם בוך צו זײַנע 25,000 „טוויטער‟־נאָכפֿאָלגער, אַרײַנגערעכנט איינע פֿון די „טוויטס‟, וואָס איך האָב געשריבן אויף ייִדיש. כּמעט 100 מענטשן האָבן געשריבן אַנדערע „טוויטס‟ וועגן דעם אַרטיקל; געוויסע האָבן געפֿרעגט, וואָס ייִדיש איז, וואָס שטייט אינעם אַרטיקל, און פֿאַר וואָס אַ שרײַבער פֿאַרן ייִדישן „פֿאָרווערטס‟ האָט געהאַלטן פֿונעם בוך, ווען דער ענגלישער „פֿאָרווערטס‟ האָט עס אַטאַקירט?
צוויי מענטשן וואָס קענען ייִדיש האָבן איבערגעזעצט טיילן פֿון מהלאלס אַרטיקל אויף ענגליש, אין שטיקלעך פֿון 140 כאַראַקטערן. טשיקאַווע צו באַמערקן, אַז איינער פֿון דער שטאָט עזה, האָט אַליין פֿאַרשפּרייט דעם „טוויט‟ אויף ייִדיש וועגן דעם אַרטיקל; מסתּמא, צום ערשטן מאָל, וואָס עמעצער האָט געשיקט אַ ייִדישן „טוויט‟ פֿון יענע מקומות.
אויך גאַנץ פּאָפּולער אויפֿן „טוויטער‟ איז געווען אַ פֿילם פֿון אַ ליד וואָס אַריק אײַנשטײַן האָט געזונגען אויף ייִדיש, וואָס איך האָב אַרויפֿגעשטעלט נאָך זײַן טויט; אַ בילד פֿון דער צײַטונג אינעם טאָג, ווען פּרעזידענט קענעדי איז געשטאָרבן (ווידער אַרויסגעשיקט 17 מאָל, אַרײַנגערעכנט דורך צוויי מענטשן מיט מער ווי 10,000 נאָכפֿאָלגערס), און דעם אויבנדערמאָנטן עפּיזאָד פֿון „עסט געזונטערהייט‟ מיט די געשמאַקע קנישעס.
פּאָפּולער אויפֿן „טוויטער‟ איז געווען דער ענין „Thanksgivukkah‟. כּמעט אַלצדינג מיט אַ שײַכות צו דער טעמע איז געוואָרן פּאָפּולער, און צוליב דעם האָב איך אַרויפֿגעשטעלט די פֿראַגע „אַחוץ ‚חנו־דאַנק‘, וואָס זענען אַנדערע מעגלעכע נעמען פֿאַרן יום־טובֿ‟? צווישן די ענטפֿערס וואָס מיר האָבן באַקומען, זענען געווען „אינדיקע‟, „דאַנקיכּה‟ און „דאַנקנוקע.‟ איך וועל אַרויפֿשטעלן מער אַזעלכע פֿראַגעס אין די קומענדיקע וואָכן.
איך פֿאַרבעט אײַך, טײַערע לייענער, פֿון „פֿאָרווערטס‟, צו פֿאָלגן אונדז אויפֿן „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟, און צו לאָזן אונדז וויסן אײַערע מיינונגען וועגן די פֿאַרשידענע אַרטיקלען, ווידעאָס, ראַדיאָ־פּראָגראַמען און אַנדערע פּאָסטס וואָס איך שטעל דאָרטן אַרויף. אַזוי וועט דער „פֿאָרווערטס‟ בעסער קענען אײַך דינען, און איר וועט קענען באַקומען די לעצטע ידיעות פֿון אונדז גלײַך נאָך דעם, וואָס זיי ווערן צוטריטלעך. דערמיט וועט איר וויסן ניט בלויז וואָס ס׳טוט זיך, נאָר אויך „וואָס ס׳טוויט זיך‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.