מען זאָגט, אַז אין גראָדנע איז עד־היום פֿאַראַן אַ נײַדוס־גאַס. מסתּמא האָט דער דאָזיקער נאָמען איבערגעלעבט אַלע רעזשימען, װײַל קײנער געדענקט שױן ניט דעם ייִדישן דיכטער לײב נײַדוס, װאָס זײַן קורץ לעבן איז געװען נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער דאָזיקער שטאָט.
גראָדנע ליגט אין דער סאַמע טיפֿעניש פֿון דער געגנט, װאָס דער אַמעריקאַנער היסטאָריקער טימאָטי סנײַדער האָט אָנגערופֿן „בלוט־לענדער‟. װי אַנדערע שטעט פֿון ליטע, װײַסרוסלאַנד, אוקראַיִנע און מיזרח־פּױלן, האָט גראָדנע שטאַרק געליטן אינעם 20סטן יאָרהונדערט פֿון מלחמות, דעפּאָרטאַציעס און סאָציאַלע אױפֿטרײסלונגען. זינט דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט זיך די באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט געביטן ניט אײן מאָל, און בלױז געצײלטע איצטיקע תּושבֿים קאָנען שטאָלצירן מיט אַן אַלטן גראָדנער ייִחוס.
עס גײט דערבײַ ניט די רייד בלױז װעגן דער ייִדישער קהילה, אײנער פֿון די סאַמע עלטסטע אין ליטע, װאָס איז אומגעבראַכט געװאָרן אינעם חורבן. אַ סך רוסן האָבן פֿאַרלאָזט די שטאָט פֿאַר דער דײַטשישער אָקופּאַציע אין 1915, און אַ היפּשע צאָל פּאָליאַקן האָבן די סאָװעטן דעפּאָרטירט פֿאַר און נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה. די איצטיקע באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט שטאַמט לרובֿ פֿון װײַסרוסישע פּױערים פֿון די אַרומיקע דערפֿער און פֿון רוסישע מיגראַנטן, װאָס האָבן זיך באַזעצט אין דער שטאָט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.
די פּױלישע שרײַבערין זאָפֿיאַ נאַלקאָװסקאַ, װאָס האָט פֿאַרבראַכט אַ פּאָר יאָר אין גראָדנע אין די 1920ער יאָרן, װען די שטאָט איז געװאָרן אַ טײל פֿון דער נײַ־אױפֿגעשטעלטער פּױלישער מלוכה, האָט פֿאַרגליכן גראָדנע מיט אַ „פּאַלימפּסעסט‟ — אַ שטיקל פּאַרמעט, אױף װעלכן מען האָט געשריבן און דערנאָך געמעקט פֿאַרשידענע טעקסטן. די דאָזיקע מעטאַפֿאָר האָט געדינט װי אַ טיטל פֿון דער פֿאָרשונג פֿון דעם דײַטשישן היסטאָריקער פֿעליקס אַקערמאַן, געװידמעט דער געשיכטע פֿון גראָדנע צװישן די יאָרן 1919 און 1991.
אַקערמאַן באַהאַנדלט גראָדנע װי אַ מולטי־עטנישע און מולטי־קולטורעלע שטאָט, װאָס האָט געדאַרפֿט אױסשטײן דעם דרוק פֿון דרײַ שרעקלעכע „נאַציאָנאַליזירונגען‟: צוערשט, דער פּױלישער, דערנאָך, דער נאַצי־דײַטשישער, און צום סוף, דער סאָװעטישער. ער װאָרנט פֿון סאַמע אָנהײב אָן, אַז מען טאָר זײ ניט שטעלן אויף איין ברעט, סײַ װאָס שײך זײער ברוטאַלקײט און סײַ זײער אידעאָלאָגיע. אָבער אַלע דרײַ אין אײנעם האָבן זיי שטאַרק באַװירקט ניט נאָר די לעבנס פֿון די תּושבֿים, אָבער אױך דאָס פּנים פֿון דער שטאָט. דער דאָזיקער פּראָצעס האָט זיך אָנגעהױבן פֿריִער, גלײַך נאָך דער מפּלה פֿונעם פּױלישן אױפֿשטאַנד פֿון 1863-1864. דעמאָלט האָט די רוסישע מאַכט פֿאַרוואַנדלט דעם אַלטן קאַטױלישן קלױסטער אין אַ רוסישער צערקװע. אין די 1930ער יאָרן האָבן די פּאָליאַקן װידער „רעקאָנסטרויִרט‟ דעם קלױסטער לױטן גאָטישן מיטל־אַלטערלעכן סטיל.
די כװאַליע פֿון פּאָלאָניזאַציע האָט דערגרײכט איר שפּיץ ערבֿ דער צװײטער װעלט־מלחמה. אין 1935 האָט אין גראָדנע אױסגעבראָכן אַ פּאָגראָם קעגן ייִדן; און דערנאָך האָט די אָרטיקע אַדמיניסטראַציע געשטיצט אַ רײ אַנטי־ייִדישע אַקציעס, װי בױקאָטן פֿון ייִדישע געשעפֿטן. דער אַנדערער שׂונא איז געװען די װײַסרוסישע נאַציאָנאַלע באַװעגונג, װאָס איז געװען נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער אונטערערדישער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. די פּױלישע מאַכט האָט זי געהאַלטן — און מיט אַ געװיסן רעכט — ווי אַ סכּנה פֿאַר דער זיכערהײט פֿון דער פּױלישער מלוכה, און די גרעסטע צאָל פֿון די אַסירים אין דער שטאָטישער תּפֿיסה זײַנען טאַקע געװען װײַסרוסישע אַקטיװיסטן. אָבער די װײַסרוסישע נאַציאָנאַל־קאָמוניסטן האָבן מער געליטן איבער דער סאָװעטישער געהײם־פּאָליצײ, װאָס האָט צעקלאַפּט די גאַנצע װײַסרוסישע קולטורעלע עליט, און די ייִדישע קולטור־טוער בתוכם, בעת די „רײניקונגען‟ פֿון 1936—1938.
די גרעסטע מעלה פֿון אַקערמאַנס שטודיע איז דער פֿאַרגלײַכיקער קוקװינקל אױף דער שטאָט. גראָדנע, אַזױ װי בריסק, װילנע, לעבמערג, איז געלעגן אינעם מיזרחדיקן ראַנדקאַנט, אױף פּױליש „קרעסי‟, װאָס איז געװען אַ היסטאָרישע הײם פֿאַר עטלעכע פֿאַרשידענע נאַציאָנאַליטעטן. יעדע מלוכישע מאַכט האָט געהאַט אַן אײגענעם באַגריף פֿון „היסטאָרישן אײגנטום־רעכט‟ אױף די דאָזיקע שטחים. נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה איז די נאַציאָנאַליזירונג־טענדענץ געװאָרן נאָך מער אױסגעשפּראָכן און אַגרעסיװ. די ניט־פּױלישע און ניט־קאַטױלישע מינאָריטעטן — אין גראָדנאָ זײַנען דאָס געװען ייִדן, רוסן, װײַסרוסן — האָבן במילא געמוזט שאַפֿן אײגענע עפֿנטלעכע און קולטורעלע נעצװערק, כּדי אונטערצושטיצן זײער עקזיסטענץ.
פֿאַר דער מלחמה האָט גראָדנע געהאַט אַרום פֿופֿציק טױזנט תּושבֿים, און מער װי אַ העלפֿט פֿון זײ זײַנען געװען ייִדן. אינעם חורבן זײַנען דאָ אומגעקומען מער װי צװאַנציק טױזנט ייִדן, און צום סוף פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע אין 1944 זײַנען אין דער שטאָט פֿאַרבליבן קנאַפּע פֿופֿצן טױזנט מענטשן. להיפּוך צו בריסק, איז גראָדנע ניט שטאַרק צעשטערט געװאָרן, און מען קאָן איצט גאַנץ גוט זען די טאָפּאָגראַפֿישע סטרוקטור פֿון דער אַלטער שטאָט. דער אַרכיטעקטור־לאַנדשאַפֿט האָט אָפּגעהיט שפּורן פֿון דער אַמאָליקער צעטײלונג אױף פֿאַרשידענע עטניש־רעליגיעזע טעריטאָריעס. די אַלטע שטאָט איז אַ מאָל געװען די הײם פֿון ייִדישע אָרעמע לײַט און בעל־מלאכות. די צענטראַלע בריגידסקאַ־גאַס האָט געהאַט אַ געמישטע ייִדיש־פּױלישע באַפֿעלקערונג, הגם 74 פּראָצענט פֿון הײַזער האָבן געהערט צו די ייִדישע בעל־הבתּים. די װײַסרוסן האָבן כּמעט ניט געװױנט אין דער שטאָט גופֿא. זײ פֿלעגן קומען צו דער אַרבעט און אױפֿן מאַרק פֿון די סבֿיבֿות.
אַקערמאַן האָט זיך באַנוצט מיט אַ שלל געדרוקטע און אַרכיװאַלע מקורים אױף פֿאַרשידענע שפּראַכן, און האָט אָנגעשריבן אַ פּרטימדיקע און װאָגיקע פֿאָרשונג. דער אײנציקער בלױז איז די קװאַלן אױף ייִדיש, װי למשל, די אָרטיקע ייִדישע פּרעסע און 26 נומערן פֿון דער צײַטשריפֿט „גראָדנער אָפּקלאַנגען‟, װאָס זײַנען אַרױס אין בוענאָס־אײַרעס צװישן 1948 און 1980. מען קאָן האָפֿן, אַז מיט דער אַנטװיקלונג פֿון ייִדיש־לימודים אין דײַטשלאַנד װעלן די יונגע היסטאָריקער אױך אױסלערנען די שפּראַך, װאָס האָט אַ מאָל געקלונגען אין די שטעט פֿון מיזרח־אײראָפּע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.