ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published December 09, 2013, issue of January 03, 2014.

פּוילישע אַרכעאָלאָגן הייבן אָן צו זוכן דעם אַרכיוו פֿון „בונד‟ אינעם קראַשינסקי גאָרטן, וואַרשע.

פֿאַר דער מלחמה איז דאָרט געווען אַ גאַס. די אַרכעאָלאָגן האָבן שוין דאָרט אַנטדעקט רעשטלעך פֿון דירות, און אין עטלעכע פֿון זיי איז נאָך געבליבן עסוואַרג — קאַשע און ברויט. די אַרכעאָלאָגן האַלטן, אַז דאָס איז אַ סימן, אַז די אײַנוווינער האָבן פֿאַרלאָזט די דירות אין אײַלעניש, אפֿשר אין מיטן עסן.

אין אָט דער געגנט איז געווען אַ בנין, וווּ דער „בונד‟ האָט געהאַט זײַן אַרכיוו.

די אַרבעט גייט אָן זייער פּאַמעלעך. אַלץ ווערט אויסגעגראָבן מיט די הענט. די אַרכעאָלאָגן פּראָבירן ראַטעווען וואָס מער אָביעקטן. זיי האָבן שוין אויסגעגראָבן נאָדלען, שער, שטאָף — אַ סימן, אַז דאָרט איז מסתּמא געווען אַ שנײַדער־וואַרשטאַט. אַלץ איז געבליבן ליגן ווי אין מיטן דער אַרבעט. מסתּמא זענען די אַרבעטער אַנטלאָפֿן אָדער מען האָט זיי מיט גוואַלד אַוועקגעפֿירט.

דערווײַל האָט מען קיין שום דאָקומענטן נישט אַנטדעקט. סע קען אַפֿילו זײַן, אַז דער אַרכיוו איז פֿאַרברענט געוואָרן נאָך אין יאָר 1943.

זביגניעוו פּאָלאַק, דער אַרכעאָלאָג וואָס פֿירט אָן מיט דער אַרבעט האָפֿט, אַז מען קען עס נאָך געפֿינען.

***

HOTEL DROUOT אין פּאַריז האָט סוף־נאָוועמבער געהאַלטן אַ ליציטאַציע — די גאַנצע ביבילאָטעק פֿונעם אמאָליקן פֿראַנצויזישן פּרעמיער דאָמיניק דע ווילפּען איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן פֿאַר כּמעט דרײַ מיליאָן אייראָ נישט בלויז ביכער, נאָר פֿאַרשיידענע פּאָליטישע דאָקומענטן זענען פֿאַרקויפֿט געוואָרן, צווישן זיי דער „קאַרסקי־באַריכט‟, וואָס איז אַ העפֿט פֿון זעכצן זײַטן מיטן טיטל MASS EXTERMINATION OF JEWS IN GERMAN OCCUPIED POLAND.

דער דאָקומענט איז אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿון דער פּוילישער רעגירונג אין לאָנדאָן אויפֿן סמך פֿון דעם עדות יאַן קאַרסקי, אין יאָר 1942. דער דאָקומענט באַשטעטיקט, אַז אין 1942 זענען אַ מיליאָן ייִדן שוין פֿאַרטיליקט געוואָרן דורך די דײַטשן אין פּוילן.

דער דאָקומענט וואָס אַן אומבאַקאַנטער האָט געקויפֿט אויף דער פּאַריזער ליציטאַציע, איז נישט קיין אוניקום. פֿאַרקערט, דער פּוילישער אויסער־מיניסטעריום האָט אים נאָך אין 1942 קאָפּירט און אַרויסגעשיקט אין טויזנטער עקזעמפּלאַרן.

די קאָפּיע וואָס איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן, איז טשיקאַווע צוליב דעם, וואָס זי איז אָנגענומען געוואָרן און איז נאָטירט געוואָרן דורך דעם אַזוי־גערופֿענעם LIBRARY OF CONGRESs, וואָס איז דער צענטראַלער אַרכיוו פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

אין 1942 איז יאַן קאַרסקי אַרויס פֿון פּוילן מיטן ציל צו אינפֿאָרמירן די מערבֿ-לענדער וועגן דער פֿאַרטיליקונג פֿון די פּוילישע ייִדן, דורך די דײַטשן.

קאַרסקי האָט זיך אַפֿילו געטראָפֿן מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט רוזוועלט, אָבער זײַן אַפּעל צו טאָן עפּעס, כּדי צו ראַטעווען די אייראָפּעיִשע ייִדן, איז געפֿאַלן אויף טויבע אויערן. רוזוועלט האָט קיין שום פֿראַגעס נישט געשטעלט, וואָס שייך דעם מצבֿ פֿון די ייִדן אין פּוילן. ער האָט יאָ געשטעלט קאַרסקין אַ פֿראַגע וועגן דעם מצבֿ פֿון פֿערד אינעם באַזעצטן לאַנד.

אינעם קלאָד לאַנצמאַנס פֿילם „שואה‟ דערציילט קאַרסקי צווישן אַנדערע וועגן זײַן באַגעגעניש מיט פֿעליקס פֿראַנקפֿורטער, דער ריכטער פֿונעם אַמעריקאַנער העכסטן געריכט און אַ באַוווּסטער ייִדישער כּלל־טוער. פֿראַנקפֿורטער האָט אויסגעהערט אַלץ וואָס קאַרסקי האָט אים דערציילט וועגן דעם שרעקלעכן מצבֿ פֿון די ייִדן אין וואַרשעווער געטאָ, וואָס ער האָט געזען מיט די אייגענע אויגן און וועגן דער דעפּאָרטאַציע פֿון דער געטאָ, און פֿאַרטיליקונג פֿון די ייִדן אין די טויט־לאַגערן. פֿראַנקפֿורטער האָט אים געענטפֿערט, אַז ער גלייבט אים נישט. ווען דער פּוילישער אַמבאַסאַדאָר, וואָס איז געווען דערבײַ האָט פּראָטעסטירט און פֿאַרזיכערט פֿראַנקפֿורטער, אַז קאַרסקי זאָגט דעם אמת, האָט זיך פֿראַנקפֿורטער געחכמהט און געענטפֿערט, אַז ער האָט נישט געזאָגט, אַז קאַרסקי איז אַ ליגנער. „סע קען זײַן, אַז ער זאָגט דעם אמת, נאָר ער, פֿעליקס פֿראַנקפֿורטער, גלייבט אים נישט.‟

***

זונטיק, דעם 8טן דעצעמבער 2013 האָבן צוויי יונגע טערקן זיך פֿאָטאָגראַפֿירט בײַם טויער פֿונעם אוישוויץ־מוזיי. דערבײַ האָבן זיי אויסגעשטרעקט די אָרעמס און סאַלוטירט — „הײַל היטלער‟. זיי האָבן געמאַכט די בילדער אונטער דעם אײַזערנעם בויגן מיטן אויפֿשריפֿט „אַרבייט מאַכט פֿרײַ‟. די טערקישע טוריסטן, אַ מאַן און אַ פֿרוי, ביידע 22 יאָר אַלט, זענען אַרעסטירט געוואָרן דורך די שומרים פֿונעם אוישוויץ־מוזיי, און געפֿינען זיך איצט אונטערן פּאָליציי־אַרעסט. ביידע טערקן זענען סטודענטן פֿון געשיכטע אין בודאַפּעשט. זיי זענען געקומען קיין אוישוויץ פֿון קראָקע, וווּ זיי האָבן געדונגען אַ צימער אין אַ האָטעל.

די יונגע טוריסטן וועלן מסתּמא באַשולדיקט ווערן לויטן אַרטיקל 256 פונעם פּוילישן קרימינעלן קאָדעקס, וואָס פֿאַרווערט עפֿנטלעכע פֿאַשיסטישע זשעסטן. מאריוש טשאַרקאַ, דער וואָרט־זאָגער פֿון דער פּאָליציי, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן ענין, האָט דערקלערט, אַז די מאַקסימאַלע שטראָף פֿאַר אַזאַ עבֿירה קאָן גרייכן ביז צווי יאָר תּפֿיסה.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.