אַמאָל פֿלעגט מען אויף דעם אַמעריקאַנער ראַדיאָ טאָג־טעגלעך שפּילן די לידער פֿון בראָדוויי־מוזיקלס. אַפֿילו די מענטשן, וועלכע האָבן נישט געזען די פֿאָרשטעלונגען, האָבן געקאָנט די ווערטער און מעלאָדיעס פֿון „אָקלאַהאָמע‟ און „מײַ פֿער ליידי‟.
הײַנט הערט מען אָבער בכלל נישט קיין בראָדוויי־שלאַגערס אויף דער ראַדיאָ; בלויז פּאָפּ־, ראָק־ און ראַפּ־לידער. טאַקע דערפֿאַר איז דער נײַער דאָקומענטאַר־פֿילם, Six by Sondheim, (זעקס לידער פֿון סאָנדהײַם), אַזוי וויכטיק און פֿאַרכאַפּנדיק.
סטיווען סאָנדהײַם, וועלכער האָט געשריבן דעם טעקסט צו די לידער פֿון West Side Story, און דעם טעקסט און מוזיק פֿון צענדליקער אַנדערע אָנגעזעענע און פּאָפּולערע מוזיקלס ווי Company און Sunday in the Park With George, איז פֿאַררעכנט ווי דער גרעסטער קאָמפּאָזיטאָר פֿון בראָדוויי־לידער פֿון זײַן דור.
דער דאָקומענטאַר־פֿילם, צונויפֿגעשטעלט פֿונעם בראָדויי־רעזשיסאָר דזשיימס לאַפּײַן, וועבט צונויף די אַרכיוואַלע פֿילם־אָפּשניטן פֿון די פֿאָרשטעלונגען פֿון זעקס סאָנדהײַמס לידער, מיט דער טרויעריקער געשיכטע פֿונעם קאָמפּאָזיטאָרס אייגענעם לעבן.
סאָנדהײַם איז געבוירן געוואָרן אין 1930 — אַ בן־יחיד בײַ אַ פֿאַרמעגלעכער ייִדישער משפּחה אין ניו־יאָרק. זײַן טאַטע איז געווען אַ קליידער־פֿאַבריקאַנט, און די מאַמע האָט געשאַפֿן די מוסטערן פֿון די קליידער. שפּעטער האָבן די עלטערן זיך געגט, און מע האָט דעם יונגן סאָנדהײַם געשיקט זיך צו לערנען אין אַ פּריוואַטער שול אין פּענסילוועניע. זײַן מאַמע, וואָס ער האָט נישט איין מאָל דערמאָנט, אַז זי האָט אים עמאָציאָנעל באַעוולט, האָט אים אַפֿילו אָנגעשריבן אַ בריוו, אַז זי האָט חרטה, וואָס זי האָט אים געבוירן.
אין יענע עלנטע יאָרן האָט סאָנדהײַם אָנגעהויבן שרײַבן לידער. ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, איז זײַנער אַ שכן אין פּענסילוועניע געווען דער באַרימטער בראָדוויי־קאָמפּאָזיטאָר, אָסקאַר האַמערשטיין, וועלכער האָט דערקענט אַ טאַלאַנט אינעם ייִנגל, אים געמוטיקט, און אין אַ געוויסן זינען געוואָרן פֿאַר אים ווי אַ צווייטער טאַטע. נאָך דעם ווי סאָנדהײַם איז אַליין באַקאַנט געוואָרן פֿאַר זײַנע מוזיקלס, האָט מען אים טאַקע באַצייכנט ווי „האַמערשטיינס יורש‟.
לאַפּײַן, דער רעזשיסאָר פֿונעם דאָקומענטאַר־פֿילם, האָט אַליין קאָלאַבאָרירט מיט סאָנדהײַם אין עטלעכע מוזיקלס. זיי האָבן ביידע באַקומען אַ „פּוליצער־פּריז‟ פֿאַר Sunday in the Park, און לאַפּײַן האָט אַליין געוווּנען זעקס „טאָני‟־פּרעמיעס פֿאַר רעזשיסירן און שרײַבן דעם סצענאַר פֿון פּיעסעס, וווּ סאָנדהײַם האָט קאָמפּאָנירט די מוזיק.
צווישן די זעקס לידער, וואָס לאַפּײַן האָט אויסגעקליבן זענען Something‘s Coming פֿון „וועסט סײַד סטאָרי‟ און Send in the Clowns פֿון A Little Night Music. אויף דער פֿראַגע, ווי אַזוי האָט ער געוווּסט, וועלכע לידער אויסצוקלײַבן פֿון די הונדערטער, וואָס סאָנדהײַם האָט געשאַפֿן, האָט לאַפּײַן געענטפֿערט: „לכתּחילה האָבן מיר געהאַט אַ לאַנגע רשימה לידער, אָבער מיר האָבן געזוכט בלויז די, וועלכע העלפֿן צו דערציילן די געשיכטע פֿון זײַן לעבן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.