אינעם לעצטן טאָג נאָוועמבער האָט מען אַרעסטירט, צום ווייניקסטן, 31 דעמאָנסטראַנטן און געשיקט אין שפּיטאָל צענדליקער אַנדערע נאָך אַ בלוטיקן צוזאַמענשטויס מיט דער אוקראַיִנער פּאָליציי אינעם „אומאָפּהענגיקייט־פּלאַץ‟ אין קיִעוו.
זינט דעמאָלט האָבן יעדן טאָג פֿאַרזאַמלען זיך טויזנטער מענטשן, און אַ טייל ברענגען אַפֿילו מיט גרויסע טעפּ הייסע זופּ, וואָס זיי טיילן אויס די דעמאָנסטראַנטן.
ס׳איז גלײַך ווי אַ קאַרנאַוואַל,‟ האָט באַמערקט דמיטרי געראַסימאָוו, אַ 32־יאָריקער ייִדישער קלעזמער, וועלכער באַטייליקט זיך אין די מאַניפֿעסטאַציעס. „כ׳פֿיל בכלל נישט קיין אַגרעסיווקייט דאָ.‟ די אָנגייענדיקע פּראָטעסטן, באַקאַנט ווי „אייראָ־מײַדאַן‟, האָבן זיך אָנגעהויבן, ווען פּרעזידענט וויקטאָר יאַנוקאָוויטש האָט זיך אָפּגעזאָגט אונטערצושרײַבן אַן אָפּמאַך, וואָס וואָלט דערנענטערט די באַציִונגען צווישן אוקראַיִנע און דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. אין גיכן האָבן די פּראָטעסטן זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ באַוועגונג, וואָס רופֿט צו יאַנוקאָוויטשס דעמיסיע, אַ סוף צו קאָרופּציע און צו דער פּאָליטיש־מאָטיווירטער פֿאַרמישפּטונג פֿון די פֿירער פֿון דער אָפּאָזיציע. די דעמאָנסטראַנטן רופֿן אויך צו אַ מער פֿאַרלאָזלעכער וווילפֿאַרזאָרג־סיסטעם.
אַ צאָל יונגע ייִדן באַטייליקן זיך אין די פּראָטעסטן, וואָס האָבן צונויפֿגעבראַכט אַ ברייטע קאָאַליציע פֿון ליבעראַלע יונגע לײַט, פֿירער פֿון דער אָפּאָזיציאָנעלער פּאַרטיי און מיטגלידער פֿון דער עקסטרעם־רעכטער „סוואָבאָדאַ‟ [פֿרײַהייט]־פּאַרטיי, וואָס איר פֿירער, אָלע טיאַניבאָק, זאָגט אָפֿט אַרויס אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן.
„אויב די נאַציאָנאַליסטן רופֿן צו אַ בײַט פֿונעם רעזשים, און איך אויך, וועט עס מיך נישט אָפּשטעלן פֿון אַרויסגיין אויפֿן ׳מײַדאַן׳ און אויסדריקן מײַן מיינונג,‟ האָט עווגעניאַ טאַלינאָווסקאַיאַ געזאָגט דער ייִט״אַ. „די ׳אייראָ־מײַדאַן באַוועגונג׳ איז בדרך־כּלל אַ באַוועגונג פֿון דער געבילדעטער יוגנט, און די ייִדישע יוגנט אין אוקראַיִנע פֿאַלט בפֿירוש אַרײַן אין דער קאַטעגאָריע.‟
הגם ס׳איז שווער צו דערקענען וויפֿל פֿון די אוקראַיִער ייִדן שטיצן די פּראָטעסטן, איז קלאָר, אַז דער ענין האָט צעשפּאָלטן די קהילה. „בדרך־כּלל, שטיצט דער ייִנגערער דור ייִדן די רעוואָלוציע, פּונקט אַזוי ווי עס טוט עס דער ייִנגערער דור אוקראַיִער,‟ האָט דערקלערט מלך שייכעט, דער אוקראַיִנער דירעקטאָר פֿונעם „פֿאַראיין פֿון ייִדישע ראַטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד‟. „אָבער די עלטערע ייִדן שרעקן זיך פֿאַר די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן, וואָס באַטייליקן זיך אין די דעמאָנסטראַציעס, ווי אַ פּראָטעסט קעגן רוסלאַנדס השפּעה.‟
„די עלטערע ייִדן זענען דערצויגן געוואָרן אין דער סאָוועטישער סיסטעם און זענען דערפֿאַר זייער פּראָ־רוסלאַנד,‟ האָט שייכעט צוגעגעבן.
„׳סוואָבאָדאַ׳ איז אַן אָפּאָזיציע־פּאַרטיי פֿונעם איצטיקן רעזשים, און זי שטיצט די פּראָ־אייראָפּעיִשע באַוועגונג, ווײַל ס׳איז אַ פּראָטעסט קעגן דעם רעזשים,‟ האָט באַטאָנט אָקסאַנאַ שעוועל, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָרין פֿון פֿאַרגלײַכיקער פּאָליטיק אין „טאָפֿטס־אוניווערסיטעט‟.
די ייִדישע כּלל־טוער אין אוקראַיִנע באַטראַכטן „סוואָבאָדאַ‟ ווי אַ סכּנה פֿאַר די ייִדן. די אַנטיסעמיטישע באַמערקונגען, וואָס קומען אַרויס פֿון דער פּאַרטיי האָבן שוין אַפֿילו אַרויסגערופֿן זאָרג בײַם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. „מיר האָבן מורא, אַז די סיטואַציע וועט מיט דער צײַט דערפֿירן צו אַ כאַאָס, און ווען דאָס געשעט, וועלן די מינאָריטעטן לײַדן צום מערסטן, ווי מיר ווייסן פֿון אונדזער אייגענער געשיכטע,‟ האָט הרבֿ פּינחס ווישעדסקי, דער הויפּט פֿון דער קהילה אין דער מיזרחדיקער שטאָט דאָנעצק, געזאָגט דער ייִט״אַ.
דער הויפּט פֿונעם אוקראַיִנישן חבֿ״ד, הרבֿ משה עזמון, האָט אויך באַצייכנט די פּראָטעסטן ווי געפֿערלעך פֿאַר ייִדן. דאָס האָט אָבער נישט אָפּגעמוטיקט די ייִדן פֿון אָנשליסן זיך אין דער פּראָטעסט־באַוועגונג. „איך האָב שטאַרק ליב אוקראַיִע,‟ האָט טאַלינאָווסקאַיאַ געזאָגט. „מײַנע טאַטע־מאַמע וווינען דאָ, מײַנע פֿרײַנד וווינען דאָ, און איך האָב נישט בדעה צו עמיגרירן. מיט אַנדערע ווערטער, מײַנע קינדער וועלן דאָ אויך געבוירן ווערן.‟
אַהבֿה (אַנוטאַ) טעסלענקאָ, אַ 29־יאָריקע מאָדעלקע און טעלעוויזיע־פּערזענלעכקייט, האָט געזאָגט דער ייִט״אַ, אַז די באַוועגונג איז אַרויסגעוואַקסן פֿון דער „נייטיקייט פֿאַר אַן אומאָפּהענגיקער אוקראַיִנע‟. „אַ סך אוקראַיִנישע ייִדן וואָס באַטראַכטן זיך ווי ייִדן צו ערשט, און ווי אוקראַיִנער אויפֿן צווייטן אָרט, האָבן שוין פֿאַרלאָזט אוקראַיִנע,‟ האָט שייכעט געזאָגט. „די וועלכע זענען פֿאַרבליבן, און באַטרעפֿן הײַנט די מאַיאָריטעט פֿון די ייִדן אין אוקראַיִנע, האַלטן זיך, דער עיקר, פֿאַר אוקראַיִנער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.