צווישן די יאָרן 2002 און 2012 זענען אינעם „צענטראַלן ראַט פֿון די ייִדן אין דײַטשלאַנד‟ אָנגעקומען אָן אַ שיעור בריוו, אויסדריקנדיק שׂינאה קעגן די ייִדן און קעגן ישׂראל. איין בריוו־שרײַבער, למשל, האָט געשריבן: „איז מעגלעך, אַז דער בלוטדאָרשט אין ישׂראל, אַרײַנגערעכנט דעם מאָרד פֿון אומשולדיקע קינדער, האָט אַ שײַכות מיט דער לאַנגער טראַדיציע פֿון אײַער פֿאָלק?‟
און אַ צווייטער שרײַבט: „שוין צוויי טויזנט יאָר לאַנג גנבֿעט איר צו די ערד און הרגעט מענטשן!‟
מע וואָלט געמיינט, אַז אַזוינע פֿײַנטלעכע קאָמענטאַרן קומען פֿון עם־הארצישע רעכטע עקסטרעמיסטן. אָבער מאָניקאַ שוואַרץ־פֿריזל, אַ לינגוויסטיק־פּראָפֿעסאָרין אינעם „טעכנישן אוניווערסיטעט פֿון בערלין‟, האָט אַנטדעקט עפּעס גאָר אַנדערשס. בשותּפֿות מיט יהודה רײַנהאַרץ, דער אַמעריקאַנער היסטאָריקער און געוועזענער פּרעזידענט פֿון בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, האָט שוואַרץ־פֿריזל לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ שטודיע וועגן די בריוו, מיטן נאָמען „דאָס לשון פֿון פֿײַנטשאַפֿט קעגן ייִדן אינעם 21סטן יאָרהונדערט‟.
דער אויספֿיר פֿון די צוויי פֿאָרשער באַשטעטיקט אַן אַלטן פֿאַקט וועגן אַנטיסעמיטיזם אין דײַטשלאַנד: מער ווי 60% פֿון די שׂינאה־בריוו זענען געקומען דווקא פֿון געבילדעטע דײַטשן, אַרײַנגערעכנט אוניווערסיטעט־פּראָפֿעסאָרן. בלויז 3% זענען געקומען פֿון רעכטע עקסטרעמיסטן.
„ס׳איז דאָ אַ קנאַפּער אונטערשייד צווישן די הויך־געבילדעטע אַנטיסעמיטן און די פּראָסטע עקסטרעמיסטן,‟ האָט שוואַרץ־פֿריזל געזאָגט.
די פֿאָרשער ווייסן דאָס, צום טייל, דורך אַנאַליזירן די שפּראַך פֿון די בריוו־שרײַבער, אָבער אויך ווײַל אַ סך פֿון די מחברים פֿון די בריוו האָבן פֿרײַ אָנגעגעבן זייערע נעמען, אַדרעסן און פּראָפֿעסיעס. „מיר האָבן קאָנטראָלירט די אינפֿאָרמאַציע און ס׳איז טאַקע געווען זיי,‟ האָט שוואַרץ־פֿריזל געשריבן אין אַ בליצבריוו דעם Forward.
ביידע פֿאָרשער זענען געווען איבערראַשט, וואָס די בריוו־שרײַבער האָבן געלאָזט וויסן ווער זיי זענען. „מיט 20—30 יאָר צוריק וואָלטן זיי זיכער געבליבן אַנאָנים,‟ האָט רײַנהאַרץ באַמערקט. אַ צווייטע אַנטדעקונג איז געווען, אַז די שׂינאה קעגן ישׂראל איז הײַנט דער הויפּטמיטל פֿון אויסדריקן אַנטיסעמיטיזם אין דײַטשלאַנד. מער ווי 80% פֿון די 14,000 בליצבריוו האָבן זיך קאָנצענטרירט אויף ישׂראל.
שוואַרץ־פֿריזל און רײַנהאַרץ האָבן זיך שטאַרק באַמיט צו מאַכן אַן אונטערשייד צווישן די בליצבריוו, וועלכע קריטיקירן ישׂראל, און די, וועלכע זענען בפֿירוש אַנטיסעמיטיש. „בלויז די בריוו וואָס האָבן באַצייכנט די דײַטשע ייִדן ווי נישט־דײַטשן און באַשולדיקט די גאַנצע ייִדישע קהילה אין דײַטשלאַנד אין די פֿאַרברעכנס אין מדינת־ישׂראל, זענען באַצייכנט געוואָרן פֿאַר אַנטיסעמיטיש,‟ האָט זי באַטאָנט.
די פֿאָרשער האָבן אויך פֿאַררעכנט פֿאַר אַנטיסעמיטיש יענע בריוו, וואָס האָבן געשריבן, אַז אַ געוויסער אויפֿפֿיר בײַ ייִדן אָדער ישׂראלים איז געווען גלײַך ווי דער אויפֿפֿיר פֿון די נאַציס.
פּראָפֿעסאָר אַנדרעאַס ציק, דירעקטאָר פֿונעם „אינסטיטוט פֿון קאָנפֿליקטן־פֿאָרונג‟ אין בילעפֿעלד־אוניווערסיטעט, איז נישט איבערראַשט פֿון די שׂינאה־בריוו. „מע זעט אַנטיסעמיטיזם אַפֿילו בײַ די שולקינדער,‟ האָט ער געזאָגט. „ווען עמעצער האָט צוגעגנבֿעט אַ קינדס בוך אָדער פּען, וועט דאָס קינד רופֿן דעם שולדיקן „יודע‟. ס׳רובֿ לערער ווייסן אָבער נישט ווי צו רעאַגירן, ווען זיי הערן אַנטיסעמיטיזם אָדער ראַסיזם אין קלאַס, האָט ציק געזאָגט.
„ס׳איז זייער וויכטיק, אַז די תּלמידים זאָלן זיך לערנען מער וועגן די ייִדן, ייִדישקייט און דער ייִדישער געשיכטע ווי אַ טייל פֿון דער דײַטשער געשיכטע, און מער וועגן דער הײַנטיקער מדינת־ישׂראל,‟ האָט ציק געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.