צענדליקער טויזנטער חסידים באַזוכן יעדעס יאָר אומאַן — די אוקראַיִנישע שטאָט, וווּ עס געפֿינט זיך דער קבֿר פֿונעם רבי נחמן בראַצלעווער. לעצטנס, האָבן הונדערטער בראַצלעווער חסידים זיך געלאָזט אין גאָר אַן אַנדער לאַנד — מאַראָקאָ, וווּהין זייער מנהיג, הרבֿ אליעזר בערלאַנד, איז אַנטלאָפֿן פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליציי.
צוויי ווײַבער פֿון בערלאַנדס תּלמידים האָבן אים באַשולדיקט אין סתּירותדיקע סעקסועלע מעשׂים. איינע פֿון די פֿרויען האָט געטענהט, אַז ווען דער רבֿ האָט זי צעקוקש און צעהאַלדזט, האָט ער איר צוגעזאָגט, אַז זי וועט דערגרייכן דעם „עולם־האצילות‟ — די הויכע וועלט פֿונעם געטלעכן ליכט, וווּ די געוויינטלעכע כּללים פֿון עולם־הזה ווערן בטל.
ווען די קלאַנגען וועגן דעם סקאַנדאַל האָבן זיך פֿאַרשפּרייט, האָט די פּרעסע אָנגעהויבן שרײַען גוואַלד. קיין צײַטונג האָט, אָבער, נישט באַטראַכט דעם עצם־פֿענאָמען פֿון אַ „ייִדישן ראַספּוטין‟. תּמר רותם פֿון „האָרץ‟ איז, דאַכט זיך, די איינציקע זשורנאַליסטקע, וועלכע האָט דערמאָנט דעם קבלה־באַגריף „עולם־האצילות‟. צי האָט דער דאָזיקער באַגריף, אָבער, אַ שײַכות צו דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט?
שלמה קאַרלעבאַך איז געווען נישט בלויז אַ באַרימטער זינגער, נאָר אויך אַ גרויסער תּלמיד־חכם. זײַן טאָכטער גרייט איצט צום דרוק אַ פֿיל־בענדיקע זאַמלונג פֿון זײַנע תּורה-פּירושים. ווען דער זינגער איז ניפֿטר געוואָרן, האָבן אַ צאָל פֿרויען אים באַשולדיקט אין סתּירותדיקע סעקסועלע מעשׂים. אין דער געשיכטע פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישקייט, בלײַבט קאַרליבאַך, מסתּמא, דער באַקאַנטסטער בײַשפּיל פֿון אַ „ייִדישן ראַספּוטין‟.
קאַרליבאַך איז נישט דער ערשטער שעפֿערישער פּערסאָנאַזש אין דער ייִדישער געשיכטע מיט אַזאַ רעפּוטאַציע. רבי חיים וויטאַל, דער באַרימטער מקובל, דערציילט אין זײַן „ספֿר חזיונות‟, אַז בעת אַ קאָמוניקאַציע־סעאַנס מיט די רוחות האָט אַ געוויסע פֿרוי, וועלכע האָט געדינט ווי אַ מעדיום, באַשולדיקט דעם באַרימטן פּאָעט און אַ באַוווּסטן מקובל הרבֿ ישׂראל נאַדזשאַראַ — דער מחבר פֿונעם שבת־זמר „כּה ריבון עלם ועלמיא‟,וועלכער פֿלעגט דינען ווי אַ חזן אין דער שיל פֿונעם הייליקן אַריז״ל, רבי יצחק לוריא — אין פֿאַרשיידענע סעקסועלע עבֿירות, וועלכע ער האָט אָפּגעטאָן שיכּורערהייט. איינמאָל, ווי דער רוח האָט איבערגעגעבן, איז נאַדזשאַראַ געקומען שבת היפּש בגילופֿין, זיך צעקריגט מיט זײַן פֿרוי, פֿאַרטריבן זי פֿון דער היים, און אַרײַנגעבראַכט אַ שיקסע.
אַ רוח איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ שוואַכער עדות. אַ טייל אַנדערע מיטצײַטלער האָבן אָבער אויך קריטיקירט נאַדזשאַראַ פֿאַרן טרינקען אין צווייפֿלהאַפֿטיקע קאָמפּאַניעס און שרײַבן ווילד־עראָטישע לידער. אַזוי צי אַזוי, איז קאַרליבאַך, אין פֿאַרגלײַך מיט נאַדזשאַראַ, געווען גוט באַקאַנט מיט די שפּעטערדיקע חסידישע געדאַנקען, לויט וועלכע עס זענען פֿאַראַן „איבערהלכהדיקע‟ גײַסטיקע וועלטן, וווּ אַן עבֿירה קאָן אַמאָל פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר אַ מיצווה.
אין דער ביאָגראַפֿיע פֿונעם באַרימטן קאָנטראָווערסאַלן רוסישן מיסטיקער, גריגאָרי ראַספּוטין, בלײַבן אַ סך שוואַרצע פֿלעקן. אַ טייל היסטאָריקער שילדערן אים ווי אַן אָרגאַניזאַטאָר פֿון ווילדע אָרגיעס. אַ טייל אַנדערע לייקענען די דאָזיקע באַשולדיקונגען אָפּ. ראַספּוטין האָט זיכער געגלייבט, אַז כּדי אַ מענטש זאָל תּשובֿה טאָן, מוז ער קודם פֿאַרזוכן דעם טעם פֿונעם חטא. ווי אַזוי און ווי ווײַט ער האָט אַליין אויסגעפֿירט די דאָזיקע טעאָריע, בלײַבט אָבער נישט אינגאַנצן קלאָר. אין ייִדישקייט איז אַזאַ געדאַנק אויך באַקאַנט, און ווערט אַמאָל קאָמבינירט מיטן דערמאָנטן באַגריף פֿון דער העכערער „תּורה־דאצילות‟.
אַ צאָל גוט באַקאַנטע ספֿרים־הקדושים דערקלערן, אַז דוד המלכס נשמה האָט געהערט צו דער דאָזיקער הויכער וועלט, וווּ די געוויינטלעכע הלכה איז נישט אַקטועל. דערפֿאַר איז זײַן מעשׂה מיט בת־שבֿע נישט געווען אַן עבֿירה. אַזוי שטייט געשריבן, צום בײַשפּיל, אינעם קלאַסישן קבלה־ספֿר „שערי גן עדן‟. נישט יעדער קאָן זיך, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַרגלײַכן מיט דוד המלך; טעאָרעטיש, איז אָבער מעגלעך צו דערגרייכן אַזאַ מדרגה.
רבי שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, דער גרינדער פֿון „חב״ד‟, פֿרעגט אין זײַן „סידור הרבֿ‟ די קשיא, פֿאַרוואָס יעקבֿ אָבֿינו האָט חתונה געהאַט מיט צוויי שוועסטער? די תּורה פֿאַרווערט דאָך דאָס צו טאָן, און יעקבֿ האָט זיכער מקיים געווען די גאַנצע תּורה. דער ענטפֿער איז דער זעלבער: יעקבֿ האָט דערגרייכט דעם געטלעכן „עולם־האַצילות‟, וווּ סעקסועלע עבֿירות זענען נישט חל; אַדרבה, אויף אַזאַ הויכער מדרגה ווערן זיי פֿאַרוואַנדלט אין מיצוות. לויטן „אַלטן רבין‟, אָבער, וואָלט יעקבֿ נישט געטאָרט דאָס טאָן נאָך דער מתּן־תּורה, ווען די ייִדן האָבן מקבל געווען אַ קאָנקרעטע סיסטעם פֿון מיצוות.
רבי נחמן בראַצלעווער האָט געזאָגט וועגן זיך, אַז ער וואָלט געקאָנט מקיים זײַן די מיצוות־מעשׂיות ברוחניות, און אַז אויב ער וואָלט באַגאַנגען די גרעסטע עבֿירה, וואָלט עס אים נישט אַראָפּגעבראַכט פֿון זײַן מדרגה. פּערזענלעך, איז ער אָבער געווען זייער אַן אַסקעטישער מענטש. יהודה ליבעס, אַ באַקאַנטער אַקאַדעמישער פֿאָרשער פֿון קבלה, איז זיך משער, אַז רבי מחמן האָט געוואָלט מתּקן זײַן דעם חטא פֿון די פֿראַנקיסטן. מיט זײַן פּערזענלעכן מוסטער, האָט רבי נחמן געוויזן, אַז אַ מענטש קאָן זיך האַלטן העכער פֿון דער געשריבענער הלכה, און פֿאָרט נישט זינדיקן למעשׂה.
שלמה קאַרלעבאַך האָט הויך געשאַצט די שיטה פֿונעם איזשביצער רבין, מרדכי־יוסף לײַנער. אינעם ספֿר „מי השילוח‟, דערקלערט דער איזשביצער רבי, אַז צומאָל מוז אַ מענטש פֿאָלגן זײַן פּערזענלעכע אינטויִציע קעגן דער אָפֿיציעלער הלכה. ער דערקלערט סיסטעמאַטיש פֿאַרשיידענע עבֿירות פֿון תּנ״כישע פֿיגורן — אַרײַנגערעכנט סעקסועלע — ווי בײַשפּילן פֿון אַזאַ הנהגה. רבי צדוק לובלינער, אַ גרויסער תּלמיד פֿונעם איזשביצער רבין, פֿאַרברייטערט די דאָזיקע געדאַנקען, און איז בפֿירוש מסכּים מיט ראַספּוטינען, באַטראַכטנדיק עבֿירות ווי אַ מעגלעכן וועג צו תּשובֿה.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז ראַספּוטינס ייִנגערער מיטצײַטלער, אַבֿרהם־יהודה חן, אַ באַקאַנטער חב״ד־רבֿ, ברענגט אַן אומגעוויינטלעכן בײַשפּיל פֿון אַ „פּאַראַדאָקסאַלער צדיקת‟, וועלכע דערגרייכט איר צידקות דורכן זינדיקן לשם־שמים — סאָניאַ מאַרמעלאַדאָוואַ, די העלדין פֿון דאָסטאָיעווסקיס ראָמאַן „פֿאַרברעכן און שטראָף‟.
רבי נחמן בראַצלעווער איז זיכער נישט געווען דער איינציקער צדיק, וועלכער האָט געגלייבט, אַז אויף זײַן מדרגה קאָן ער גובֿר זײַן די גרענעצן פֿון די געשריבענע נאָרמעס. להיפּוך צו דעם פּאָפּולערן מערבֿדיקן סטערעאָטיפּ, זענען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, נישט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן, געווען אייגענע רבנים און אַ צאָל חסידישע צדיקים. אין אַ טייל געגנטן, אַרײַנגערעכנט מאָלדאָווע, האָבן די סאָוועטישע ייִדן געקאָנט מער־ווייניקער רויִק פֿירן אַ פֿרום לעבן. רבי חיים־זאַנוויל אַבראַמאָוויטש, דער ריבניצער רבי, איז געווען אַ בפֿירוש „אַצילותדיקער‟ מענטש. ווען ער איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע, האָט ער פֿאַרחידושט דעם חסידישן עולם מיט זײַנע אייגנאַרטיקע הנהגות, לעבנדיק אין אַן אייגענער וועלט און איגנאָרירנדיק די אָפֿיציעלע הלכה.
אַוודאי, האָבן די דערמאָנטע חסידישע רביים געפֿירט אַ הייליק לעבן. ווען מע קוקט אַרײַן אין זייערע ספֿרים און מע באַטראַכט זייערע מעשׂים, קאָן מען זיך אָבער גאַנץ גרינג פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי עמעצער וואָלט געקאָנט אויסנוצן די „הימלישע‟ לאָגיק ווי אַ תּירוץ פֿאַר צווייפֿלהאַפֿטיקע מעשׂים.
אין שײַכות מיט הרבֿ בערלאַנד, קאָן מען באַמערקן צוויי היפּוכדיקע טענדענצן צווישן די אינטערנעץ־קאָמענטאַרן וועגן אים. די קריטיקער האַלטן אין איין שעלטן און באַטראַכט אים ווי דעם ערגסטן פֿאַרברעכער אין דער וועלט, און די שטיצער האַלטן אין איין שעלטן זײַנע באַשולדיקער. „די בראַצלעווער חסידים זענען משוגע און בייז‟, שרײַבט אַ קאָמענטאַטאָר אויף שמריה ראָזענבערגס באַקאַנטן אַנטי־חרדישן בלאָג. „בײַטשן, פּעך, פֿעדערן, אַ הויכער לייטער און אַ תּליה‟ — גיט צו אַ צווייטער. „די פֿאַרשאָלטענע ציוניסטן רודפֿן אַן אומשולדיקן צדיק‟, רופֿט זיך אָפּ אַ פֿרומער קאָמענטאַטאָר אויף דער חרדישער וועבזײַט „ישיבֿה־וועלט‟.
אַנשטאָט צו שרײַבן אַזעלכע מישטיינס געזאָגט קאָמענטאַרן, איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז נישט אַלץ אין דער וועלט איז שוואַרץ אָדער ווײַס. אומאָפּהענגיק פֿון דעם, וואָס בערלאַנד האָט געטאָן אין זײַן בעט, איז ער פֿאָרט אַ וויכטיקע פֿיגור אין דער הײַנטיקער ייִדישער וועלט, וואָס ציט צו תּלמידים אַזש קיין מאַראָקאָ. ווײַט נישט אַלץ אין ייִדישקייט איז הלכה און ווײַט נישט יעדער מענטש — אַפֿילו אַ רבֿ — אַ צדיק. אַ ייִדישער ראַספּוטין קאָן אויך זײַן אַ וויכטיקע פּערזענלעכקייט, נישט געקוקט אויף די סתּירותדיקע הנהגות.
און אַנשטאָט זיך פּאָסמאַקעווען מיט פֿעטע „פֿליישיקע‟ סקאַנדאַלן, איז וויכטיק זיך בעסער צו באַקענען מיט אַזעלכע טיפֿע ייִדישע באַגריפֿן, ווי „עולם־האצילות‟ און „עבֿירה־לשמה‟, כּדי צו פֿאַרשטיין, ווען ס׳איז כּדאַי זיך סומך צו זײַן אויף זיי טאַקע לשם־שמים, און ווען אַזאַ „ראַספּוטינס שיטה‟ ווערט סכּנותדיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.