איראַן האָט ערשט אונטערגעשריבן דעם זעקס-חדשימדיקן נוקלעאַרן אָפּמאַך, און שוין זעט מען אַן אויפֿלעבונג פֿון די באַציִונגען צווישן טעהעראַן און די אַראַבישע גאָלף־מדינות. דער איראַנישער אויסערן-מיניסטער, מוכאַמאַד דזשאַוואַד זאַריף, האַלט אין מיטן אַ רײַזע כּמעט אין אַלע גאָלף־לענדער און האָפֿט צו פֿאָרן קיין סאַודיע אויך. מיט אַ קורצער צײַט צוריק האָט סאַודיע זיך שטאַרק קעגנגעשטעלט דעם הסכּם אינעם נאָמען פֿונעם גאַנצן ראַיאָן. איז דאָס אַן אָנהייב פֿון אַ נײַער תּקופֿה פֿון געטרײַשאַפֿט צווישן דער שיִיִטישער, פּערסישער ציוויליזאַציע און די סונישע, אַראַבישע קעניגרײַכן, אָדער עס איז די רעאַקציע פֿון אַ ראַיאָן, וואָס פֿילט זיך פֿאַרראַטן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן?
מען טאָר נישט פֿאַרגעסן וועגן דער וויכטיקער ראָלע וואָס אָמאַן האָט געשפּילט אין די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן איראַן און דעם P5+1. לאַנגע חדשים פֿאַר דעם וואָס איראַן האָט אַנאָנסירט, אַז זי איז גרייט צו רעדן, האָבן די איראַנישע און אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַטן זיך געטראָפֿן אין דעם סולטאַנאַט, כּדי צו פֿאַרלייגן די באַזע פֿאַרן הסכּם. אָמאַן האַלט זיך באַשיידן וועגן איר ראָלע, זאָגנדיק, אַז די איינציקע אָפּציע, אויסער דעם, איז געווען מלחמה. דער אויסערן-מיניסטער פֿון יאָרדאַניע, יוסעף בין אַלאַווי בין אַבדאַלאַ, האָט געזאָגט אין אַן אינטערוויו, אַז מען האָט טאַקע איבערגעטריבן דעם אויפֿטו פֿון אָמאַן, חוץ פֿון לאָזן ביידע צדדים זיך טרעפֿן.
לפּנים זעט מען אַ נײַע תּקופֿה אין די באַציִונגען צווישן איראַן און דעם אַראַבישן גאָלף. די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז דער איראַנישער אויסערן-מיניסטער געפֿאָרן קיין קוּווייט, אָמאַן און קאַטאַר. מיט אַ וואָך פֿריִער האָט דער אויסלאַנד־מיניסטער פֿון די עמיראַטן באַזוכט טעהעראַן. מיניסטער זאַריף האָט איבערגעגעבן, אַז די סיבה פֿון זײַן באַזוך איז „צו עפֿענען אַ נײַ זײַטל אין די באַציִונגען מיטן גאָלף‟. ער האָפֿט אין גיכן צו אַנאָנסירן, אַז ער פֿאָרט אויך קיין סאַודיע.
אַזאַ האָפֿענונג איז אַ קלאָרער סימן, אַז נאָך נישט אַלץ איז בײַ זיי אין אָרדענונג. דאָס בעסטע פֿאַר זיי וואָלט געווען, עס זאָל זײַן שלום צווישן די אַראַבער און איראַן. איראַן איז אַ וויכטיקער מאַרק פֿאַר די אַראַבישע קעניגרײַכן. די נאָענטקייט איז אויך אַ געפֿאַר. אויב נישט די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דאָס מיליטער פֿון אַנדערע מערבֿדיקע לענדער, וואָלט איראַן זייער גרינג געקענט פֿאַרשטעקן דעם נאַפֿט־שטראָם אין דעם ראַיאָן. דאָס איז די סיבה פֿאַרוואָס די אַראַבישע מדינות פֿון גאָלף האָבן באַצאָלט שווערע ביליאָנען אין די פֿאַרגאַנגענע 10 יאָר צו האָבן אייגענע מיליטערישע עראָפּלאַנען, ראַקעטן און קעגנראַקעטן־סיסטעמען.
עס איז אויך נישט קיין צופֿאַל, אַז די צוויי מדינות וואָס בויען נישט איצט באַציִונגען מיט איראַן, זײַנען סאַודיע און באַכריין. די צוויי מדינות האָבן אַ סך שיִיִטן וואָס פּראָטעסטירן קעגן דעם, וואָס זיי באַקומען נישט די זעלבע רעכט ווי אַנדערע בירגער. אין באַכריין זײַנען זיי אַפֿילו די מערהײט, און צוליב דעם איז באַכריין געוואָרן דאָס איינציקע קיניגרײַך אין גאָלף, וואָס האָט געהאַט פּראָבלעמען בשעת דעם אַראַבישן פֿרילינג. די רעגירונגען באַטראַכטן די שיִיִטן ווי אַ געפֿאַר און באַשולדיקן זייער אָפֿט איראַן אין דעם אונטערשטיצן די שיִיִטן און זיי אויסנוצן ווי שפּיאָנען. סאַודיע און באַכריין האָבן צוזאַמען אַפֿילו פֿאָרגעלייגט, אַז די גאָלף־מדינות זאָלן זיך פֿאַראייניקן ווי אַ מיטל קעגן דער השפּעה פֿון איראַן.
דעריבער זעט מען, אַז די אַראַבישע מדינות אין גאָלף האָבן צוויי פֿאַרשידענע אינטערעסן: דער ערשטער איז צו האַלטן זיך שטאַרק קעגן איראַן, און דער צווייטער אויסצומײַדן פּראָבלעמען מיט איראַן. די קאָנפֿליקטן זײַנען נישט בלויז נוקלעאַרע, נאָר אויך אַרום די אַליאַנצן אין מיטל-מיזרח. כּל-זמן איראַן איז ממשיך צו שטיצן באַשאַר אַל-אַסאַד אין סיריע און „כעזבאַלאַ‟ אין לבֿנון, וועט נישט זײַן שטיל. אויב אַזוי, פֿאַרוואָס האָבן די אַראַבישע גאָלף-מדינות זיך דערנענטערט צו איראַן?
דער פֿאַקט איז, וואָס די מדינות פֿילן זיך שוואַך נאָכן אָפּמאַך. פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט געזאָגט קלאָר פֿאַר דער „יו־ען‟, אַז די גרעסטע אינטערעסן פֿון אַמעריקע אין מיטל־מזרח זײַנען דער קאָנפֿליקט מיט איראַן, דער קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די אַראַבער און דער צוריקצי פֿונעם ראַיאָן, ווי גיך מעגלעך. אַפֿילו ישׂראל מיט איר גאַנצער געשיכטע זוכט שוין נײַע אַליִיִרטע, אָנשטאָט זיך צו פֿאַרלאָזן אויף אַמעריקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.