איך בין זיכער, אַז די וועלט האָט שוין ביז אַהער געהערט פֿון דער באַרימטער סעקס־טעראַפּיסטקע ד‟ר רות וועסטהײַמער. זי האָט געלערנט גאַנץ אַמעריקע, דורך אירע אויפֿטריטן אויף ראַדיאָ און טעלעוויזיע נישט צו שעמען זיך, ווען עס קומט צו סעקס. זי איז טאַקע באַקאַנט פֿאַר אירע אָפֿענע דיבורים אויף דער טעמע, פֿאַרבונדן מיט אינטימע באַציִונגען צווישן מענער און פֿרויען. זי איז ממש אַ ייִדענע מיט אַן אויעררינגל. אַ בת־יחידה און אַן אָפּשטאַמיקע פֿון דײַטשע ייִדן, האָט מען איר אַ נאָמען געגעבן קאַראָלאַ־רות סיגל. זי איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1928 אין וויסנפֿעלד, דײַטשלאַנד, און אויסגעוואַקסן בײַ פֿרומע עלטערן.
גאַנץ גיך האָט מען דעם פֿאָטער אַוועקגעשלעפּט קיין דאַכאַו, און נאָכן אויפֿברויז פֿון דער „קרישטאָלנאַכט‟, אין 1938, האָט מען די צען־יעריקע קאַראָלאַ־רות אָפּגעשיקט מיט אַ קינדער־טראַנספּאָרט אין אַ קינדער־היים אין דער שווײץ, און פֿון דעמאָלט אָן האָט זי אָנגעוווירן איר קאָנטאַקט מיט די עלטערן. אַגבֿ, דערציילט זי, זײַנען זיי אומגעקומען אינעם חורבן. שווײץ איז נישט געוואָרן איר היים.
איר גאַנצע לעבנס־באַשרײַבונג שפּילט זיך איצט אויס אויף די ברעטער פֿון דעם „וועסט־סײַד‟-טעאַטער אין מאַנהעטן. די ראָלע פֿון ד‟ר רות שפּילט אויס איינינקע אַליין די באַגאַבטע און חנעוודיקע אַקטריסע דעבראַ דזשאָו ראַפּ. זי איז אַ קליינטשיקע, אָבער נישט אַזאַ פּיציניונקעלע, ווי ד‟ר רות גופֿא, וועלכע זאָגט אָן דער וועלט, אַז איר הייך איז נישט מער ווי פֿיר פֿוס און זיבן אינטשעס. זײַט וויסן, ליבע פֿרײַנט, אַז איך בין אַ גיגאַנט אַנטקעגן איר. געשריבן האָט די פּיעסע מאַרק סיינט דזשערמעין, דער זעלביקער דראַמאַטורג, וועלכער האָט פֿאַרפֿאַסט די העכסט אינטערעסאַנטע פּיעסע „פֿרוידס לעצטע סעסיע‟. דאָס מאָל איז די פּיעסע פֿול מיט זיבן מאָס רייד! און אין מויל — אַ צונג אויף שרויפֿן, נישט געקוקט אויפֿן דײַטשן אַקצענט בײַם רעדן ענגליש, וואָס גיט דער העלדין צו אַ געוויסע אויטאָריטעט. די פֿאָרשטעלונג איז דערציילעריש, אינפֿאָרמאַטיוו און אויטאָביאָגראַפֿיש, אינטים פֿון אָנהייב ביזן סוף.
שטעלט אײַך פֿאָר, ד‟ר רות וועסטהײַמער וואַקסט פּלוצים אויס פֿאַר אונדזערע אויגן מיט זיבן קעפּ העכער אויף אירע אַקסל, אַ ריזיקע אויפֿטוערקע, דרײַ מאָל חתונה געהאַט, אַ מאַמע פֿון צוויי קינדער און אַ באָבע פֿון פֿיר אייניקלעך… אָבער איך כאַפּ די פֿיש פֿאַר דער נעץ.
איר גאַנץ לעבן איז זי געוואַקסן אַ פֿאַרברענטע ציוניסטקע, אַזוי אַז צו זיבעצן האָט זי זיך באַזעצט אין אַ קיבוץ אין פּאַלעסטינע, פֿון דאָרט עולה געווען קיין ירושלים, אַוועק זיך פֿאַרפֿולקאָמען אין קינדערגאָרטן־פּעדאַגאָגיק. דערווײַל האָט זי זיך אָנגעשלאָסן אין דער „הגנה‟, און זיך אויסגעצייכנט אינעם שיסן פֿון ביקסן. ווען איר לערער־אַנשטאַלט אין ירושלים האָט אויפֿגעריסן פֿון אַ באָמבע אין 1948 בײַם עטאַבלירן אַ ייִדישע מדינה, איז זי געוואָרן פֿאַרוווּנדעט, ס’איז אויסגעפֿאַלן פּונקט דעם טאָג פֿון איר צוואַנציקסטן געבוירן־טאָג. אירע ביידע פֿיס זײַנען געוואָרן באַשעדיקט און ס’איז איר געלונגען געזונט צו ווערן. אין דער צײַט קומט זי צום באַשלוס, אַז דאָ אין דער מדינה, האָט זי אויך נישט געפֿונען אַ ווינקל פֿון אַ היים, כאָטש זי איז פֿאַרבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג אַ גרויסע ענטוזיאַסטקע, ווען עס קומט צו ישׂראל.
דערווײַל האָט זי זיך באַזעצט אין פּאַריז, גענומען קורסן אין פּעדאָגאָגיק, און אָנגעהויבן צו געבן קורסן אין פּסיכאָלאָגיע אינעם אוניווערסיטעט פֿון פּאַריז. איר חלום איז אַלעמאָל געווען צו ווערן אַ קינדערגאָרטן־לערערין. געקומען קיין אַמעריקע איז זי אין 1956 און באַלד אָנגענומען געוואָרן מיט אַ סטיפּענדיע אין „ניו־סקול פֿאָר סאָשל־ריסוירטש‟. דאָרט האָט זי באַקומען איר מאַגיסטער אין סאָציאָלאָגיע און ממשיך געווען אירע שטודיעס אין „טיטשערס קאָלעדזש‟ אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט.
אָבער ווער איז איר געשטאַנען אין וועג, ווען ס’איז געקומען צו די „אָראַלס‟ (מינדלעכע עקזאַמענס) צו באַקומען איר דאָקטאָראַט? איינער פֿון אירע פּראָפֿעסאָרן, וועלכער האָט געוואָרפֿן אַן אומחן אויף איר; איז זי צוויי מאָל דורכגעפֿאַלן און מען האָט זי משלח געווען אָן דעם דאָקטאָראַט. זי איז אָבער צוגעשטאַנען, און נאָכאַמאָל זיך צוגעשטעלט צו די עקזאַמענס. דאָס דריטע מאָל איז עס איר געלונגען. ווי אַ פּראָפֿעסאָר, האָט זי שוין געגעבן לעקציעס אין „יעיל‟ און „פּרינסטאָן‟ אוניווערסיטעטן — דאָס מאָל אין פּסיכאָלאָגיע און פֿיזישע באַציִונגען.
די בינע איז פֿול מיט אָפֿענע קעסטלעך, זי פּאַקט זיך, האַלט בײַם איבערציִען זיך אין אַן אַנדער דירה פֿון וואַשינגטאָן־הײַטס ערגעץ אין צענטער פֿון מאַנהעטן. און אַזוי, פּאַקנדיק, דערציילט זי איר לעבנס־געשיכטע, אירע איבערלעבונגען, אירע דערגרייכונגען, ראַדיאָ, טעלעוויזיע, פּרעסע, אויפֿטריטן, און כאָטש זי איז שוין 85 יאָר יונג, איז זי זשוואַווע, לעבעדיק לוסטיקער, פֿול מיט אײַנפֿאַלן, זי שטייט נישט אָפּ פֿון אירע יוגנטלעכע יאָרן. איך באַוווּנדער זי און אידענטיפֿיציר זיך מיט איר. אָט האָט איר, אַן אימיגראַנטקע, געקומען אַהער אָן דער שפּראַך, אָן אויסזיכטן אויף ווײַטערדיקע לימודים, אַרבעט, אָבער דער גײַסטיקער מאָטאָר איז בײַ איר געווען אין פֿולן שוווּנג. זייער אַ סך פֿון די שארית־הפּליטהניקעס האָבן באַוויזן אין אַמעריקע וווּנדער, צי דאָס איז אינעם שטח פֿון מעדיצין, דערציִונג, אָדער ביזנעס. אַ סך פֿון זיי האָבן זיך גאַנץ נישקהדיק אַרויפֿגעאַרבעט. איך האָב חבֿרים און חבֿרטעס, געקומען אַהער ווי יוגנטלעכע אָן אַ גראָשן בײַ דער נשמה און באַוויזן נסים ונפֿלאות צו ווערן מולטי־מיליאָנערן.
ווי איז עס מעגלעך? עס באַשטייט פֿון דעם ווילן איבערצוצײַגן זיך, אַז מען איז אַ יוצא־מן־הכּלל, פֿעיִק, אַרבעטסזאַם, ענערגיש, און דער עיקר, צילן און דערגרייכן דאָס „טעלערל פֿון הימל‟. און ד‟ר רות וועסטהײַמער האָט עס באַוויזן, דער עיקר, אַז מען דאַרף נישט זײַן הויך צו זײַן גרויס.
אויב איר זײַט פֿאַרקאָכט אין דער דימיניוטיווע סעקס־טעראַפּיסטקע ד‟ר רות, גייט זען די פּיעסע אין „וועסט־סײַד‟-טעאַטער, 43סטע גאַס, צווישן 8ער און 9טער עוועניוס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.