דוד סערעראָ איז כּמעט פֿון געבורט אָן געווען אַ טויבער. ווען ער איז געווען 9 יאָר אַלט, האָט מען באַשלאָסן אים צו אָפּערירן. נאָך אַ סעריע כירורגישע אָפּעראַציעס, במשך פֿון דרײַ יאָר, האָט ער אָנגעהויבן הערן. איצט איז ער אַ באַקאַנטער פֿראַנצויזישער אָפּערע־זינגער, וועלכער פֿאָרט כּסדר אַרום איבער דער וועלט און טרעט אויף מיט ייִדישע און רוסישע לידער, אָפּערע־ראָלעס און דזשאַז. דעם 19טן דעצעמבער וועט ער אויפֿטרעטן אין ניו־יאָרק. אין אַ שמועס מיטן „Forward‟, האָט סערעראָ דערציילט, אַז ווען איז געווען אַ דרײַ־חדשימדיק עופֿעלע, האָט ער געליטן פֿון אַן אויער־אינפֿעקציע. זײַנע עלטערן, זייער אַן אָרעמע ייִדישע משפּחה, האָבן נישט געהאַט גענוג געלט אויף די נייטיקע רפֿואות, און ער האָט פֿאַרלוירן דאָס געהער. במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, האָבן זײַנע טאַטע־מאַמע נישט פֿאַרשטאַנען, אַז זייער זון הערט נישט; דער טאַטע איז געווען שטענדיק אויף דער אַרבעט, און די מאַמע, אַ פֿרוי פֿון ישׂראל, האָט נישט פֿאַרשטאַנען פֿראַנצויזיש. סערעראָ האָט איבערגעגעבן, אַז ער איז נישט ברוגז אויף זײַנע עלטערן.
שפּעטער, נאָך אַ גאַנצן טוץ אָפּעראַציעס, האָט ער אָנגעהויבן, צו ביסלעך, הערן און רעדן. די טאַטע־מאַמע פֿלעגן קומען צו זײַן מומע יעדן פֿרײַטיק צו נאַכטס אויף אַ שבת־סעודה. נאָכן אָפּעסן, פֿלעגט די משפּחה שפּילן אויף דער מומעס פּיאַנאָ. נאָך דער בר־מיצווה, ווען דער קומענדיקער זינגער האָט שוין געקאָנט הערן, האָבן די עלטערן אים געקויפֿט אַן עלעקטראָנישן סינטעזאַטאָר. בײַ 16 יאָר, האָט דוד צעבראָכן די רעכטע האַנט. נישט קאָנענדיק שפּילן, האָט ער אָנגעהויבן זינגער, אַקאָמפּאַנירנדיק זיך נאָך מיט דער לינקער האַנט.
סערעראָ האָט שוין איין מאָל באַזוכט ניו־יאָרק אינעם יאָר 2001, באַלד נאָך דעם 11טן סעפּטעמבער. דאָרטן איז ער צום ערשטן מאָל געגאַנגען הערן אַן אָפּערע — דזשאַקאָמאָ פּוטשיניס „טוראַנדאָט‟. מיט אַ יאָר שפּעטער, איז אַ ניו־יאָרקער דיריגענט, אַ געהילף פֿון דזשיימס לעווין, דער מוזיק־דירעקטאָר פֿון דער „מעטראָפּאָליטאַנער אָפּערע‟, נתפּעל געוואָרן פֿון דודס זינגען אַ ליד, און האָט פֿאַרבונדן אים מיט אַ צאָל באַקאַנטע לערער. דערנאָך האָט סערעראָ זיך געלערנט אין דער פּעטערבורגער קאָנסערוואַטאָריע, אין רוסלאַנד, און האָט אָנגעהויבן זינגען אינעם באַרימטן „מאַריִיִנסקי טעאַטער‟.
אין זײַן קאַריערע, האָט סערעראָ זיך באַטייליקט אין אָפּערעס און בראָדוויי־מוזיקלס, געזונגען לידער אויף רוסיש און ייִדיש. נישט לאַנג צוריק, איז ער אויפֿגעטראָטן מיט אַ קאָנצערט אין דער גרעסטער פּאַריזער שיל. סערעראָ האָט דערציילט, אַז אין פֿראַנקרײַך האָט ער אָפֿט געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם. ווען ער איז געוואַקסן אין אַ פּאַריזער פֿאָרשטאָט, האָבן די אָרטיקע קינדער אים כּסדר געשלאָגן בלויז פֿאַר דעם, וואָס ער איז אַ ייִד. דאָס האָט אים, אָבער, געגעבן אַן עקשנותדיקן אימפּעט גובֿר צו זײַן אַלע שוועריקייטן און פֿאַרווירקלעכן זײַן טרוים צו ווערן אַ זינגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.