מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט מען פֿאַרשפּרייט אויף די מעלדברעטער פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים אַ מעלדונג מיט די ווערטער „שיעורי יוגה — בייִדיש!‟ און ווײַטער — „פּראַקטיצירט יאָגע און ייִדיש צו דער זעלבער צײַט מיט אַ לערערין, וואָס איז פּראָפֿעסיאָנעל אויסגעשולט אין ביידע!‟
די לערערין פֿון דעם אינאָוואַטאָרישן קורס איז וועראַ סאַבאָ www.verele.com, אַן אונגערן־געבוירענע ייִדיש־לערערין בײַם „בית שלום־עליכם‟, וועלכע איז אויך אַ ספּעציאַליסט אין דער 5,000־יעריקער לערע פֿון יאָגע. הײַנט איז יאָגע אַ פּאָפּולערער צײַטפֿאַרברענג אין אַמעריקע, ישׂראל און אייראָפּע.
בײַ מענטשן, וואָס האָבן זיך נישט געלערנט יאָגע, זעט עס אויס ווי סתּם אַ סעריע פֿיזישע געניטונגען אויסצוציִען די מוסקלען. הינטער די געניטונגען געפֿינען זיך אָבער אור־אַלטע פֿילאָסאָפֿישע פּרינציפּן. דער ציל פֿון יאָגע איז צו האַרמאָניזירן דעם גוף מיטן מוח דורך פֿאַרשידענע פּאָזיציעס, אָטעם־טעכניקן און מעדיטאַציע.
„אינעם יאָר 2000 האָב איך אָנגעהויבן זיך לערנען יאָגע סתּם צוליב געזונט־סיבות, אָבער מיט דער צײַט איז עס געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון מײַן לעבן,‟ האָט וועראַ איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟. זינט דעמאָלט האָט זי זיך געלערנט יאָגע בײַ פֿאַרשידענע לערער אין קאַליפֿאָרניע און מישיגען, בײַם ניו־יאָרקער „אינטעגראַלער יאָגע־אינסטיטוט‟ און „קריפּאַלו‟; און זינט איר באַזעצן זיך אין ישׂראל האָט זי אויך פֿאַרענדיקט אַ ירושלימער קורס פֿאַר יאָגע־לערער.
לכתּחילה איז וועראַס פּלאַן געווען אָנצופֿירן מיט יאָגע־קלאַסן פֿאַרן ענגליש־רעדנדיקן עולם אין ישׂראל, אָבער דערנאָך האָט זי זיך באַרעכנט. „ירושלים איז שוין פֿול־געפּאַקט מיט ענגליש־קלאַסן פֿון יאָגע, אָבער איך בין די איינציקע, וואָס לערנט עס אויף ייִדיש,‟ האָט זי געזאָגט. „קיינער האָט עס פֿריִער נישט געטאָן.‟
אַחוץ די קלאַסן, וואָס זי האַלט אין איר שטוב אין דער אַלטער ירושלימער געגנט קטמון, גיט וועראַ אויך פּריוואַטע לעקציעס. פֿאַראַיאָרן האָט זי במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר אָנגעפֿירט מיט אַ וועכנטלעכן קלאַס אויף ייִדיש מיט די קינדער פֿון אליעזר ניבאָרסקי און מרים טרין — די אָרגאַניזירער פֿון אַ הצלחהדיקן ייִדיש־לייענקרײַז אין ירושלים. די ניבאָרסקי־קינדער (די אייניקלעך פֿון יצחק ניבאָרסקי, דער מחבר פֿונעם „ווערטערבוך פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער אין ייִדיש‟) רעדן אַלע פֿליסיק ייִדיש און האָבן שטאַרק הנאה געהאַט פֿון די יאָגע־קלאַסן אויף ייִדיש.
„ס׳איז געווען אינטערעסאַנט צו מאַכן די פֿיגורן, אַזוי ווי אַ שמעטערלינג, אָדער דרײַ־עק פּאָזיציעס,‟ האָט עטעלע, וועלכע איז הײַנט 1/2־11 יאָר אַלט, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟ בעת אַן אינטערוויו אויף ייִדיש. „ס׳איז אָבער אויך געווען באַרויִקנדיק, ווײַל מיר האָבן עס געטאָן מיט מוזיק. דער בעסטער מאָמענט איז אָבער געווען אין די לעצטע 10 מינוט, ווען מיר זענען געלעגן אויף ד׳רערד און זיך געדאַרפֿט אָפּרוען. דער ציל איז טיף צו טראַכטן וועגן גאָרנישט, אָבער נישט אַנטשלאָפֿן ווערן… אָבער איך בין תּמיד אײַנגעשלאָפֿן!‟
וועראַס קלאַסן האָבן אויך זייער אויסגענומען אויף דער „ייִדיש־וואָך‟ פֿון „יוגנטרוף‟, וווּ זי לערנט שוין צוויי יאָר לאַנג אַ טעגלעכן יאָגע־קורס אויף ייִדיש. בײַ אַלע אירע קלאַסן טיילט זי אויס אַ גלאָסאַר פֿון די גוף־טיילן, אַרײַנגערעכנט די טערמינען, וואָס זענען נישט אַזוי גוט באַקאַנט. דאָס וואָרט hamstring, למשל, הייסט אויף ייִדיש — קניפֿלאַקס, און shoulder blade רופֿט מען אַ לאָפּעטקע.
די טערמינען, וואָס אין געוויינטלעכע יאָגע־קלאַסן רופֿט מען זיי בײַ די אַלטע סאַנסקריטישע נעמען, ווערן אויך איבערגעזעצט אויף ייִדיש. Ahimsa איז „אָן געוואַלד‟; און Stehira Sukham — „פֿאַרוואָרצלטע לײַכטקייט‟. אויף אַזאַ אופֿן ווערט יאָגע אַ ביסל היימישער, און גיט די סטודענטן אַ געלעגנהייט נישט בלויז זיך אויסצולערנען אַ קלאַסישע פֿאָרם פֿון פֿיזישער געניטונג און אויסשפּאַנונג, אָבער אויך פֿאַרבעסערן זייער קענטשאַפֿט פֿון ייִדיש.
אָבער נישט בלויז ייִדיש־רעדער זעען די ווערט פֿון „פֿאַרייִדישן‟ די יאָגע־לערע. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט ליסאַ גרונבערגער, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָרין פֿון ענגליש אין טעמפּל־אוניווערסיטעט, פֿילאַדעלפֿיע, און אַליין אַ יאָגע־לערערין, פּובליקירט Yiddish Yoga, אַן אילוסטרירט ביכל וועגן אַן עלנטער ייִדישער אַלמנה, וואָס הייבט אָן נעמען יאָגע־קלאַסן, כּדי צופֿרידנצושטעלן איר אייניקל; אָבער מיט דער צײַט, ווערט זי, צו־ביסלעך, פֿאַרכאַפּט פֿון דעם, בפֿרט נאָך דעם ווי זי גיט ייִדישע נעמען פֿאַר די עקזאָטישע סאַנסקריטישע ווערטער: פֿאַרן וואָרט savasana, למשל, ניצט זי „אַ מחיה!‟. ווען זי קען נישט פֿאַרגעדענקען דאָס לאַנגע וואָרט kapalabhati, וואָס מיינט „אָטעמען מיטן קאָפּ‟, פֿאַרקירצט זי עס אויף „קעפּעלע‟.
גרונבערגער האָט דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז דער געדאַנק פֿונעם ביכל איז אויסגעוואַקסן פֿון איר אייגענער איבערלעבונג. „איך האָב שוין געלערנט יאָגע אין פֿאַרשידענע ספּאָרטקלובן, און אַ סך פֿון מײַנע סטודענטן זענען אַליין געווען ייִדישע אַלמנות אין די 60ער און 70ער,‟ האָט זי געזאָגט. „אַנדערע האָבן איבערגעלעבט טראַוומאַטישע געשעענישן, ווי אַ גט אָדער ברוסטראַק. איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז די יאָגע־קלאַסן וועלן זיי אפֿשר בעסער העלפֿן, אויב איך וועל עס מאַכן היימישער. האָב איך אַרײַנגעגעבן באַקאַנטע ייִדישע ווערטער צווישן די סאַנסקריטישע, און דערזען, אַז זיי האָבן טאַקע הנאה דערפֿון.‟
אינטערעסאַנט, אַז איר ביכל, וואָס האָט אַזאַ ייִדישן טעם, איז, אַ פּנים, אויך פּאָפּולער בײַ נישט־ייִדן. בעת אַ בוך־טור אין מיאַמי, זענען צו אירע לעקציעס געקומען אַ צאָל נישט־ייִדישע רוסישע און קובאַנער אימיגראַנטן. „ס׳קען זײַן, אַז די העלדין פֿון בוך האָט זיי דערמאָנט אין זייער אייגענער איבערלעבונג,‟ האָט ליסאַ געזאָגט. „רותיס אָנשטויסן זיך אין די עקזאָטישע עלעמענטן פֿון יאָגע און אירע געלונגענע באַמיִונגען צו פֿאַרייִדישן זיי, דערמאָנט זיי אפֿשר אין זייער אייגענעם לעבן, ווי זיי זענען געקומען צו אַ פֿרעמד לאַנד, און אויך געפּרוּווט פֿאַראייגענען דאָס עקזאָטישע אַרום זיי.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.