בײַ אַ הענדלער, וואָס פֿאַרקויפֿט העמדער אויף דער גאַס אין נײַראָבי, אַפֿריקע, האָט זיך לעצטנס באַוויזן אַן אייגנאַרטיקער חפֿץ: אַן אילוסטרירט העמד מיט די ווערטער „דזשעניפֿערס בת־מיצווה, נאָוועמבער 20, 1993‟.
דער אַפֿריקאַנער פֿאַרקויפֿער איז זיכער נישט קיין גאַסט אויף דזשעניפֿערס שׂימחה מיט 13 יאָר צוריק, און ער ווייסט בכלל נישט ווער זי איז. ווי אַזוי זשע איז דאָס זומער־לײַבל געקומען צו אים?
אַ דאַנק דעם וואָס צום העמד איז געווען צוגעטשעפּעט אַן עטיקעט מיטן נאָמען „רייטשעל וויליאַמס‟, האָט אַ בלאָגער בײַ דער נײַעס־אַגענטור NPR געמאַכט אַ ביסל פֿאָרש־אַרבעט, כּדי צו געפֿינען דעם געוועזענעם אייגנטימער, און האָט אַנטדעקט דעם קוואַל: רייטשעל וויליאַמס אַראָנסאָן, אַ פֿרוי וואָס איז דערצויגן געוואָרן אין דעטרויט, מישיגען, און איז טאַקע געווען אַ גאַסט אויף דער שׂימחה. דאָס בת־מיצווה מיידל איז געווען איר גוטע חבֿרטע, דזשעניפֿער סליים, און דאָס העמד איז געווען איינע פֿון די מתּנהלעך, וואָס דזשעניפֿער האָט אויסגעטיילט די געסט איידער זיי זענען אַהיימגעפֿאָרן.
„דזשעניפֿער און איך זענען געווען אין זעלבן קלאַס סײַ אין שול, סײַ אין ׳היברו סקול׳ — האָט רייטשעל דערקלערט — און איר שׂימחה איז געווען איינע פֿון אַ לאַנגער ריי בר־ און בת־מיצוות פֿון אונדזער קלאַס.‟
„אַלע העמדער און אַנדערע מתּנות, וואָס איך האָב באַקומען פֿון יענע שׂימחות פֿלעג איך אַרײַנלייגן צו מיר אין שופֿלאָד. כ׳האָב נישט געהאַט דאָס האַרץ זיי אַרויסצוּוואַרפֿן,‟ האָט רייטשעל געזאָגט. „איך האָב אויך געהאַלטן אַ זאַמל־אַלבום, פֿון אַלע פֿאַרבעטונגען צו די שׂימחות. אויב איך מאַך נישט קיין טעות, ליגט דער אַלבום נאָך ערגעץ בײַ מײַנע עלטערן אין שטוב.‟
אויף דער פֿראַגע, ווי אַזוי איז דזשעניפֿערס בת־מיצווה העמד אָנגעקומען אויף די גאַסן פֿון אַפֿריקע, האָט רייטשעלס מאַמע דערציילט, אַז מיט פֿינף יאָר צוריק האָט זי אויסגערייניקט די שופֿלאָדן און שאַפֿעס פֿון איר טאָכטערס אַמאָליקן שלאָפֿצימער און אַוועקגעגעבן אַלע קליידער דער צדקה־אָרגאַניזאַציע Purple Heart.
„במשך פֿון די יאָרן האָב איך אָנגעזאַמלט זייער אַ סך בר־ און בת־מיצווה העמדער,‟ האָט רייטשעל דערקלערט. „ווער ווייסט, וויפֿל פֿון זיי געפֿינען זיך איצט אין אַפֿריקע?!‟
NPR גיט איבער, אַז אַ סך פֿון די געניצטע מלבושים, וואָס די אַמעריקאַנער גיבן אַוועק פֿאַר צדקה, שיקט מען אין די אָרעמע אַפֿריקאַנער לענדער, דרום פֿונעם סאַהאַראַ־מידבר.
אויף רייטשעל האָט די אומגעריכטע אַנטדעקונג געמאַכט אַ גרויסן רושם צוליב דרײַ סיבות. „ערשטנס — זאָגט זי — בין איך צופֿרידן, וואָס דאָס העמד ווערט געניצט, אַנשטאָט עס זאָל פּשוט ליגן בײַ מיר אין שופֿלאָד אָדער אין אַ באַרג מיסט. צווייטנס, פֿיל איך זיך אַ ביסל שולדיק, וואָס געוויסע מענטשן פֿאַרמאָגן אַזוי ווייניק קליידער, אַז זיי דאַרפֿן אַרומגיין טראָגנדיק אַ נאַריש העמד פֿון מײַנע קינדער־יאָרן. און דריטנס, האָב איך זיך גאָר נישט געריכט, אַז דער עטיקעט, וואָס מײַן מאַמע האָט אַרײַנגעפּרעסט אין העמד איז נאָך אַלץ נישט אַראָפּגעפֿאַלן נאָך אַזוי פֿיל יאָרן!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.