בעדויִנער קריגן שטיצע פֿון די רעכטע

Bedouins Get Support From the Right

די ישׂראלדיקע בעדויִנער דעמאָנסטרירן קעגן דעם „בייגין־פּראַווער־פּלאַן‟, דעם 5טן דעצעמבער, 2013
Getty Images
די ישׂראלדיקע בעדויִנער דעמאָנסטרירן קעגן דעם „בייגין־פּראַווער־פּלאַן‟, דעם 5טן דעצעמבער, 2013

פֿון בען סיילס (ייִט״אַ)

Published December 13, 2013, issue of January 03, 2014.

די לינקע און רעכטע פֿליגלען אין ישׂראל זענען זעלטן מסכּים, אָבער ווען עס רעדט זיך וועגן דעם פּלאַן פֿון דער ישׂראל־רעגירונג איבערצופֿירן די 30,000 בעדויִנער אינעם נגבֿ אויף אַ נײַ אָרט, האַלטן ביידע צדדים, אַז דער פּלאַן טויג נישט.

בעת אַ זיצונג די וואָך, האָבן די בעדויִנער פֿירער און זייערע לינק־געשטימטע שטיצער באַשלאָסן צו מאַכן יד־אַחת מיט די רעכט־ליניקע קעגנער פֿונעם פּלאַן. לויט דעם געזעץ־פּראָיעקט וואָלט מען די בעדויִנער איבערגעפֿירט אין שכנותדיקע שטעטלעך, וואָס זענען אויסגעשטאַט מיט מאָדערנע באַדינונגען, און דערבײַ קאָמפּענסירט די משפּחות פֿאַר זייער אייגנטום.

„מיר ווילן פֿאַרבײַטן אָרעמקייט אויף מאָדערנקייט,‟ האָט דערקלערט דורון אַלמוג, דער דירעקטאָר פֿונעם „אָפּטייל פֿון עקאָנאָמישער און קאָמונאַלער אַנטוויקלונג פֿון די נגבֿ־בעדויִנער‟ אינעם פּרעמיערס ביוראָ.

דער ציל פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם „בייגין־פּראַווער פּלאַן‟, אַ נאָמען נאָך זײַנע צוויי צונויפֿשטעלער — דער געוועזענער כּנסת־דעפּוטאַט בני בייגין און דער פּלאַנירונג־דירעקטאָר אהוד פּראַווער — איז צו באַזאָרגן די ביז־איצט איגנאָרירטע בעדויִנער באַפֿעלקערונג אין דרום־ישׂראל מיט אַ בעסערער אינפֿראַסטרוקטור, בילדונג און שטעלעס. די לינק־געשטימטע קריטיקער פֿונעם פּלאַן טענהן אָבער, אַז דער שריט איז בלויז דער לעצטער פֿון אַ ריי אַקציעס, וואָס פּרוּוון צו פֿאַרטרײַבן די בעדויִנער פֿון זייער שטח, כּדי צו מאַכן אָרט פֿאַר נײַע ייִדישע ייִשובֿים.

„מיר ווילן די זעלבע רעכט ווי די אַנדערע ישׂראלים,‟ האָט דערקלערט אַטי אַלאַסאַם, די דירעקטאָרין פֿונעם „רעגיאָנאַלן ראַט פֿון די נישט־אָנערקענטע דערפֿער‟. „די מלוכה קען נישט פּשוט אַרויפֿזעצן מענטשן אויף די משׂא־אויטאָס און זיי אַוועקפֿירן אין פֿרעמדע ערטער.‟

די רעכט־ליניקע אַקטיוויסטן האַלטן, אַז די בעדויִנער האָבן בכלל נישט קיין רעכט צו וווינען אין נגבֿ, אָבער טענהן, אַז די רעגירונג האָט נישט איבערגעגעבן קיין פּרטים וועגן די ערטער וווּהין מע וועט זיי איבערפֿירן. די קריטיקער זענען אויך געשטימט קעגן דעם אַז מע זאָל קאָמפּענסירן די בעדויִנער, וועלכע האָבן „צענדליקער יאָרן לאַנג אומלעגאַל געוווינט אין די הײַזער‟, האָבן די רעכטע געטענהט.

משה פֿייגלין, אַ הויך־ראַנגיקער טוער אין דער „ליכּוד‟־פּאַרטיי, האָט אויסגעדריקט זײַן פּראָטעסט אויף זייער אַ דירעקטן אופֿן. „אַזאַ פּלאַן שענקט דעם נגבֿ די אַראַבער,‟ האָט ער דערקלערט.