מיך הערט ניט אויף צו חידושן, ווי די אַמעריקאַנער מעדיאַ מאַכט זיך כּמעט ניט וויסנדיק פֿון די ממש דראַמאַטישע געשעענישן אין אוקראַיִנע, וואָס זייער אויסגאַנג קען בײַטן ניט בלויז דעם מצבֿ אין אוקראַיִנע גופֿא, נאָר אין דער וועלט בכלל. דאָס איז יאַווע-ויאַסנע, דאָס הייסט, אין גאַנצן קלאָר, און דערפֿאַר איז שווער צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס די אַמעריקאַנער טעלעוויזיע האָט אָנגענומען אַ פֿול מויל מיט וואַסער. גלײַך ווי מע האָט זיך אָנגעגעסן און אַפֿילו זיך געוואָרגן מיט דער „אָראַנזש-רעוואָלוציע‟, און דערנאָך מיט דעם „אַראַבישן פֿרילינג‟. מע האָט, אַ פּנים, מורא זיך באַנאַרישן מיט אַ פֿאַלשער אָפּשאַצונג פֿון דעם וואָס עס קומט דאָרטן פֿאָר.
און ווען מע קומט שוין יאָ מיט אַן אָפּשאַצונג, טרעפֿט מען טאַקע אָפֿט מאָל מיט אַ פֿינגער אין דער סטעליע. וואָס זשע איז דאָס וואָרט, וואָס שטייט געשריבן אויף דער אַמעריקאַנער אידעאָלאָגישער סטעליע? ריכטיק: דעמאָקראַטיע. און מע טראָגט אין זיך אַ פֿעסטן, ממש גענעטישן גלויבן, אַז פֿעלקער איבער דער גאָרער וועלטן לעכצן, קודם-כּל, נאָך דעמאָקראַטיע. פֿולע וואַליזקעס מיט דעמאָקראַטיע האָט מען געבראַכט אין איראַק, אַפֿגאַניסטאַן און אַ שיין ביסל אַנדערע לענדער. גלײַך ווי מע וויל ניט אָנערקענען דעם פּשוטן פֿאַקט, אַז מע קען ניט — איינס און צוויי — דורכמאַכן דעם וועג, וואָס האָט געדויערט זייער לאַנג אין דער מערבֿדיקער וועלט.
אין דעם נומער פֿון „ניו-יאָרק טײַמס‟, דערשינען דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, איז געווען אַ לאַנגער מאמר גראָד וועגן דעם, ווי אַזוי די אָפּאָזיציע האָט אין קיִעוו אַרויסגעפֿירט צענדליקער טויזנטער מענטשן אין דרויסן, כּדי דערגרייכן דעמאָקראַטיע. דערבײַ פֿאַרגעסט דער מחבר, אַז מכּוח דעמאָקראַטיע, איז די לאַגע אין אוקראַיִנע לחלוטין ניט די ערגסטע. אי דער פּרעזידענט, אי דער פּאַרלאַמענט (די „ראַדאַ‟ אויף אוקראַיִניש) זײַנען אויסגעוויילט געוואָרן אין בדרך-כּלל ניט פֿאַלסיפֿיצירטע וואַלן. אַדרבה, די אָפּאָזיציע פֿירט איצט אַ קאַמפּאַניע, וועלכע קען, שטרענג גערעדט, אויסזען ווייניק דעמאָקראַטיש. וואָלט עס געווען דעמאָקראַטיש צו בלאָקירן, למשל, דעם קאָנגרעס און די רעגירונג אין וואַשינגטאָן?
איך בין זיכער, אַז דעמאָקראַטיע איז די קלענסטע דאגה פֿון דער מיליטאַנטיש געשטימטער אָפּאָזיציע. די הויפּט-דאגה איז זייער אַ פּשוטע: פּטור צו ווערן פֿון דער שטאַרקער פֿאַרבינדונג מיט רוסלאַנד, ווײַל אַזאַ פֿאַרבינדונג, אַפֿילו אויב זי איז טאַקטיש ניצלעך, פֿירט סטראַטעגיש אין אַ טעמפּן ווינקל. ניט צופֿעליק האָט מען בעת די פּראָטעסטן אַראָפּגעוואָרפֿן אין קיִעוו די סטאַטוע פֿון לענינען, ווײַל לענין סימבאָליזירט סײַ סאָוועטישקייט און סײַ רוסישקייט. איראָניש גערעדט, האָט מען אים אַראָפּגעוואָרפֿן ניט דעמאָקראַטיש, נאָר שוין גיכער — לעניניסטיש, באָלשעוויסטיש. דער פּראָטעסטירנדיקער עולם וויל איבערשנײַדן דעם נאָפּלשנור, וואָס בינדט צונויף אוקראַיִנע מיט רוסלאַנד, אַפֿילו אויב דאָס וועט ברענגען ערנסטע עקאָנאָמישע שוועריקייטן.
אין רוסלאַנד לעבט מען עס איבער זייער שטאַרק, טיילווײַז אַפֿילו היסטעריש, קוקנדיק אויף דער בהלה אין קיִעוו. מע נעמט אויף ווי אַ קאָשמאַר דעם סצענאַר, לויט וועלכן אוקראַיִנע וועט, סוף-כּל-סוף, זיך טאַקע אָפּרײַסן און אָנהייבן זיך אינטעגרירן אין אייראָפּע. דאָס וועט זײַן אַ געוואַלדיק טראַגישע אַנטוויקלונג ניט בלויז פֿאַר דער רוסישער עליטע, נאָר אויך פֿאַר מיליאָנען רוסן. ווײַל דאָס וועט מיינען, אַז דאָס פֿאָלק, וואָס איז היסטאָריש און קולטורעל זייער קרובֿיש מיט די רוסן, מיאוסט זיך ווײַטער אונטערצוהאַלטן די דאָזיקע קרובֿישאַפֿט. אַזאַ שפּײַ אין פּנים וועט זײַן שווער איבערצוטראָגן.
ווען איך האָב פֿאַרענדיקט צו שרײַבן די פֿריִערדיקע פֿינף הונדערט ווערטער, איז אָנגעקומען אַ בליצבריוו פֿון מײַן אַלטן חבֿר, וואָס וווינט אין אוקראַיִנע, אין מײַן היימשטאָט זאַפּאָראָזשיע. ער האָט צוויי טעכטער, און די טעכטער, ווי עס פֿירט זיך, האָבן מענער. ביידע מענער הייסן אַלעקסאַנדער. איין פּאָרפֿאָלק וווינט אין קיִעוו, דאָס צווייטע — אין זאַפּאָראָזשיע. דער קיִעווער אַלעקסאַנדער איז אַ הייסער חסיד פֿון דער אָפּאָזיציע, בעת דער זאַפּאָראָזשיער איידעם איז אויף דער זײַט פֿון דער איצטיקער רעגירונג. מײַן חבֿר אַליין איז געשטימט ציניש: איצט שטייט בראָש אַ כאָפּטע גזלנים און גנבֿים, און טאָמער די אָפּאָזיציע וועט אויספּועלן אירס, וועט צו דער מאַכט קומען אַן אַנדער כאָפּטע גזלנים און גנבֿים.
דאָס פֿאָלק פֿון אוקראַיִנע שטייט הײַנט פֿאַר אַ ברירה, וואָס איז ענלעך צו דער ברירה, וואָס איך און הונדערטער טויזנטער אַנדערע סאָוועטישע ייִדן און ניט-ייִדן האָבן געהאַט: צו בלײַבן אָדער צו עמיגרירן. עמיגראַציע איז זייער אַ שווערע דאָליע — לערנען אַ נײַע שפּראַך, דורכלעבן אַ פּראָפֿעסיאָנעלע צופּאַסונג צו דער נײַער סבֿיבֿה, וכדומה. ניט בײַ אַלעמען גייט עס גלאַט און גאָר ניט בײַ אַלעמען פֿאַרענדיקט זיך עס מיט הצלחה. צו מאָל איז דער סוף אַפֿילו אַ טראַגישער. די אייראָפּעיִשע „עמיגראַציע‟ פֿון די אוקראַיִנער איז, אין אַ געוויסן זין, גרינגער, ווײַל מע קען זי דורכמאַכן בײַ זיך אין דער היים. די פֿראַגע איז איצט, אָבער, צי די רעגירונג וועט באַשליסן אַרויסצופֿירן דאָס פֿאָלק אויף דעם דאָזיקן שווערן שליאַך און באַפֿרידיקן דערמיט דעם פֿאַרלאַנג פֿון דעם קיִעווער אַלעקסאַנדער, אָדער מע וועט דערקוועטשן די אָפּאָזיציע און אַלץ וועט גיין ווײַטער אַזוי, ווי דאָס וויל דער זאַפּאָראָזשיער אַלעקסאַנדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.