דער ייִדישער אַקטיאָר עריק ראָבערטס האָט לעצטנס פֿאַרענדיקט זײַן אַרבעט אויפֿן נײַעם פֿילם Escaping the Holocaust (מע אַנטלויפֿט פֿונעם חורבן). דער פֿילם, אונטערן רעזשי פֿון דזשאָש וועבער, דערציילט די געשיכטע פֿון וועבערס אייגענעם זיידן, מאַקס פֿראָנענבערג, וואָס האָט במשך פֿון אַ יאָר צײַט געגראָבן אַ טונעל, כּדי צו אַנטלויפֿן פֿון אַ נאַציסטישן אַרבעט־לאַגער, און דערבײַ געראַטעוועט 15 מענטשן. ער האָט אָבער נישט געקענט איבערצײַגן זײַן געליבטע צו אַנטלויפֿן מיט זיי. דער פֿילם דערציילט וועגן דעם ערשטן ווידערטרעף פֿונעם געוועזענעם פּאָרל מיט דרײַסיק יאָר שפּעטער.
אינעם פֿילם שפּילט ראָבערטס אַ נאַצי. „ווען מײַן גוטער פֿרײַנד, דזשאָש, האָט מיך געבעטן שפּילן די ראָלע, האָט ער מיך געוואָרנט, אַז דער נאַצי איז דער מיאוסטער פּאַרשוין אינעם פֿילם,” האָט ראָבערטס געזאָגט דעם Forward. „ער איז געווען גערעכט. ער איז ממש אַ מאָנסטער, וועלכער שיסט אַ מיידעלע אין דער פּלייצע.”
צוויי ראָלעס וואָס ראָבערטס האָט קיין מאָל נישט געוואָלט שפּילן זענען נאַציס און פּעדאָפֿילן. „אונדזער אינסטינקט איז, אַוודאי, אויסצוהרגענען יעדן נאַצי,” האָט ער באַמערקט. „אַ סך גרויסע אַקטיאָרן האָבן שוין געשפּילט די ראָלע פֿון אַ נאַצי — מאַרלאָן בראַנדאָ, בערט לאַנקאַסטער, גרעגאָרי פּעק… אָבער כ׳האָב זיך פֿאָרט געפֿילט אומבאַקוועם וועגן דעם. צום סוף, בין איך מסכּים געווען, ווײַל די טעמע פֿונעם פֿילם איז מיר שטאַרק געפֿעלן געוואָרן.”
„איך האָב געוווּסט, אַז דער פּראָיעקט איז דזשאָשן זייער צום האַרץ, האָב איך געקלערט: אויב איך קען העלפֿן עמעצן מקיים זײַן זײַן חלום, פֿאַר וואָס נישט?” האָט ראָבערטס צוגעגעבן.
דער אַקטיאָר האָט באַמערקט, אַז ער איז דווקא זייער צופֿרידן מיט זײַן לעבן די טעג. „כ׳קען זיך נישט באַקלאָגן,” זאָגט ער. „כ׳האָב ליב מײַן אַרבעט און שטאַרק ליב מײַן פֿרוי, עליזאַ. זי איז ממש מײַן העלדין. מיר האָבן חתונה געהאַט מיט 21 יאָר צוריק, און במשך פֿון די לעצטע אַכט יאָר אַרבעטן מיר צוזאַמען אויך. זי איז מײַן מענעדזשער, מײַן עצה־געבער, מײַן בעסטער פֿרײַנד, און סתּם — כ׳האָב ליב צו פֿאַרברענגען מיט איר.”
ראָבערטס און עליזאַ האָבן לעצטנס רעזשיסירט אַ פּיעסע אין איינעם — Beneath My Father‘s Sky, אַ מאָנאָלאָג, אָנגעשריבן און פֿאָרגעשטעלט פֿון זאַראַ פֿיליפּס. די פּיעסע דערציילט וועגן פֿיליפֿס׳ אַדאָפּטירט ווערן ווי אַ קינד, און איר גײַסטיקער נסיעה צו געפֿינען אירע ביאָלאָגישע עלטערן און אירע ייִדישע וואָרצלען.
די פּראָדוצענטן ווענדן זיך אָפֿט צו ראָבערטס, בעטנדיק אים צו רעזשיסירן פֿילמען, אָבער ער זאָגט, אַז ס׳איז צו פֿיל אַחריות. „יעדער מיינט, ס׳איז אַ גרינגע אַרבעט, אָבער ס׳איז נישט אמת. איך זאָג תּמיד ניין, אָבער זאַראַס פּראָיעקט איז געווען אַ ספּעציעלער פֿאַל. האָב איך מסכּים געווען אויפֿן תּנאַי, אַז אַליזאַ זאָל זײַן מײַן מיט־רעזשיסאָר. דערפֿאַר האָבן מיר עס געטאָן אין איינעם.
„בײַ מיר איז נישטאָ קיין גרעסערע הנאָה ווי צו זײַן אַן אַקטיאָר,” האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.