איידער סאַשאַ ליטמאַן טיילט זיך מיט דער אינפֿאָרמאַציע, וואָס ער האָט געזאַמלט וועגן די מיטלגידער פֿון אַ געוויסער שיל, שטעלט ער די שיל־פֿאַרוואַלטונג עטלעכע שאלות ווי, למשל: וועלכע פּראָגראַמען פֿון דער שיל מיינט איר זענען די פּאָפּולערסטע? וויפֿל עלטערן פֿון דער נאָכמיטאָג־שול וועלן רעקאָמענדירן די שול צו אַנדערע?
„80% פֿון דער צײַט זענען זיי נישט גערעכט,” האָט ליטמאַן געזאָגט.
„געוויינטלעך מאַכן די מיטגלידער פֿון אַ שיל־פֿאַרוואַלטונג זייערע באַשלוסן אויפֿן סמך פֿון אַ שמועס בײַם קידוש אָדער בײַם שבת־טיש,” האָט ליטמאַן דערקלערט. ליטמאַן איז דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון דער קאָנסולטיר־פֿירמע Measuring Success. „דאָס אַחריות פֿון דער פֿאַרוואַלטונג איז צו רעפּרעזענטירן די באַדערפֿענישן און אינטערעסן פֿון אַלע מיטגלידער, אָבער ווי קענען זיי דאָס טאָן, אויב זיי ווייסן בכלל נישט וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי טראַכטן און פֿילן?”
ליטמאַנס פֿירמע, וואָס האָט ביז איצט געטאָן אַ סך אַרבעט פֿאַר ייִדישע טאָגשולן און קהילה־צענטערס איבערן לאַנד, איז איצט אַ הויפּט־שפּילער אין דער קאַמפּאַניע בײַ די ייִדישע פֿעדעראַציעס און בײַ די פֿירער פֿון די רעפֿאָרם, קאָסערוואַטיוו און אָרטאָדאָקסישע שטראָמען, צו העלפֿן די שילן מאַכן מער געראָטענע באַשלוסן דורך אַנאַליזירן סטאַטיסטיק וועגן זייערע מיטגלידער.
גרויסע אינטערנעץ־פֿירמעס ווי דאָס כּל־בו־געשעפֿט „אַמאַזאָן” און דאָס ווידעאָ־געשעפֿט „נעטפֿליקס” ווייסן זייער אַ סך וועגן זייערע קונים, ווײַל זיי פֿאָלגן נאָך, וועלכע אינטערנעץ־זײַטן באַזוכן די קונים במשך פֿונעם טאָג. „וואָס מער די סינאַגאָגעס וועלן וויסן וועגן זייערע מיטגלידער און וועגן פּאָטענציעלע מיטגלידער, אַלץ בעסער וועלן זיי קענען צופּאַסן זייערע פּראָגראַמען צו זייערע באַדערפֿענישן, און שאַפֿן אַ געפֿיל, אַז מען איז סענסיטיוו צו זיי,” האָט דערקלערט עדינה פֿרידמאַן, די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿון Synergy, דער אָפּטייל פֿון שיל־באַדינונגען בײַ דער ניו־יאָרקער „יו־דזשיי־איי”.
במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿיר יאָר האָט Synergy שוין אינוועסטירט כּמעט 750,000$ אינעם פּראָיעקט צו העלפֿן 12 שילן אין דער ניו־יאָרקער געגנט זאַמלען אינפֿאָרמאַציע וועגן די אינטערעסן און באַדערפֿענישן פֿון זייערע מיטגלידער. אין דער רעפֿאָרם־סינאַגאָגע „טעמפּל שערי־תּפֿילה”, למשל, האָט די פֿאַרוואַלטונג געפֿאָרשט די פֿראַגע, פֿאַר וואָס די עלטערן פֿון די תּלמידים אין דער נאָכמיטאָג־שול קומען נישט אויף די פֿאַרשידענע געזעלשאַפֿטלעכע אַקטיוויטעטן פֿון דער שיל. געמיינט האָט מען, אַז די עלטערן זענען פּשוט נישט פֿאַראינטערעסירט אין געזעלשאַפֿט.
דורך אַן אַנקעטע אין 2009, האָט מען אָבער אַנטדעקט, אַז די עלטערן לעכצן דווקא נאָך געזעלשאַפֿט, אָבער האָבן פּשוט נישט קיין צײַט צוליב זייערע געפּאַקטע טעג. האָבן די שיל־טוער אָרגאַניזירט אַקטיוויטעטן פֿאַר די עלטערן פֿאַרבונדן מיט די אַקטיוויטעטן פֿאַר זייערע קינדער — למשל, אַ „קאָקטייל־פּאַרטי” שבת־צו־נאַכטס פֿאַר די עלטערן, וועלכע האָבן ערשט אָפּגעלאָזט זייערע קינדער בײַ אַן איבערנאַכט־שׂימחה אין דער שיל.
„שערי־תּפֿילה” האָט אויך געפּרוּווט אויסצוגעפֿינען, פֿאַר וואָס די עלטערע קינדער פֿון די משפּחות באַטייליקן זיך נישט אין זייערע יוגנט־אַקטיוויטעטן, נאָך דעם ווי זיי פּראַווען זייער בר־ אָדער במ־מיצווה. דורך דער אַנקעטע האָבן זיי זיך דערוווּסט, אַז די יונגע לײַט האַלטן, אַז די פּרײַזן פֿון די אַקטיוויטעטן זענען צו הויך, און אַז זיי פֿילן נישט, אַז זייער באַטייליקונג איז וויכטיק. האָט די שיל אַראָפּגעלאָזט די פּרײַזן פֿון די אַקטיוויטעטן, און אויך אַראַנזשירט, אַז דער ראַבינער אָדער חזן זאָל פֿון צײַט צו צײַט כאַפּן אַ שמועס מיט יעדן פֿון די יונגע לײַט באַזונדער, פּנים־אל־פּנים.
ווי אַ רעזולטאַט פֿון די ענדערונגען, האָבן די משפּחות טאַקע רעאַגירט אויף אַ פּאָזיטיוון אופֿן. אין 2009, למשל, האָבן בלויז 33% עלטערן געזאָגט, אַז זיי וואָלטן רעקאָמענדירט די נאָכמיטאָג־שול צו אַנדערע; אין 2012 האָבן 47% געזאָגט אַזוי. אין 2009 האָבן בלויז 65 פֿון די יונגע לײַט צווישן 13 און 17 יאָר זיך באַטייליקט אין די יוגנט־אַקטיוויטעטן; הײַנט באַטייליקן זיך 121 פֿון זיי.
ליסאַ קאָלטאָן, די דירעקטאָרין פֿון Darim Online, וואָס העלפֿט די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס צו באַקומען ניצלעכע סטאַטיסטיק וועגן זייערע מיטגלידער, זאָגט, אַז אַזאַ אינפֿאָרמאַציע קען ווײַזן די שילן, וועלכע מיטגלידער זענען פֿאַראינטערעסירט אין אַ געוויסער פּראָגראַם אָדער אונטערנעמונג, און אַזוי קען די שיל אינפֿאָרמירן בלויז די פֿאַראינטערעסירטע אין די פּראָגראַמען — און דערבײַ וועלן ווייניקער מיטגלידער באַקומען נישט־געוווּנטשענע בליצבריוו און טעלעפֿאָנען פֿון די אָרגאַניזירער (ווײַל איינע פֿון די טענות פֿון די מיטגלידער איז געווען, אַז זיי באַקומען צו פֿיל בליצפּאָסט פֿון דער שיל).
אָבער נישט געקוקט אויף די מעלות פֿון די אַנקעטעס, זאָגט קאָלטאָן, אַז ס׳איז פֿאָרט נישט גענוג. „סטאַטיסטיק איז אַ גוטער רוקנביין צו דערטאַפּן דעם דוחק פֿון די מיטגלידער, אָבער גאָרנישט קען פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון פּערזענלעכע, מענטשלעכע באַציִונגען.”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.