דעם 25 דעצעמבער מערקן מיר אָפּ דעם 88סטן יאָרצײַט פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַ, די מאַמע פֿון ייִדישן טעאַטער. דער ייִדישער טעאַטער אין וואַרשע אויפֿן נאָמען פֿון אסתּר־רחל און אידאַ קאַמינסקאַ האָט זונטיק דעם 15 דעצעמבער אָפּגעהאַלטן אַ טעאַטער־אַקאַדעמיע אין אָנדענק פֿון דער גרויסער אַקטריסע.
דער זאַל פֿונעם טעאַטער איז געווען אָנגעפּאַקט מיט מענטשן. אַקטיאָרן פֿונעם ייִדישן טעאַטער האָבן געשפּילט אַ פֿראַגמענט פֿון „מירעלע אפֿרת‟, אסתּר־רחל קאַמינסקאַס באַליבטסטע פּיעסע, וווּ זי האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע — מירעלע אפֿרת.
אין צווייטן טייל פֿון דער פּראָגראַם האָט די באַוווּסטע פּוילישע אַקטריסע קריסטינאַ יאַנדאַ, אין דער ראָלע פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַ, דערציילט פֿון איר לעבן. קאַמינסקאַ האָט געשטאַמט פֿון אַ פֿרומער משפּחה.
טאַטע־מאַמע האָבן נישט געוואָלט, אַז זייער טאָכטער זאָל ווערן אַן אַקטריסע. ערשט בײַ 22 יאָר האָט זי אָנגעהויבן שפּילן טעאַטער און באַלד זיך קונה־שם געווען צוליב איר זעלטענעם טאַלאַנט. איר גאַנץ לעבן איז געווען געקנופּט־און־געבונדן מיטן ייִדישן טעאַטער. זי האָט חתונה געהאַט מיט אַבֿרהם־יצחק קאַמינסקי אין וועמענס טעאַטער זי האָט געשפּילט. איר טאָכטער אידאַ, איז געווען אַ קינד פֿון טעאַטער. שוין ווי אַ קליין מיידעלע האָט זי געשפּילט מיט איר מאַמען אויף דער בינע. אידאַ קאַמינסקאַ האָט נאָכן טויט פֿון איר מאַמען געשפּילט אַ סך פֿון די ראָלעס, וואָס די מאַמע האָט אַ מאָל געשפּילט.
אידאַ קאַמינסקאַ איז געווען ביזן יאָר 1968 די דירעקטאָרין פֿונעם הײַנטיקן וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער. אין אַ געוויסער מאָס איז דער הײַנטיקער ייִדישער טעאַטער אין וואַרשע אַ המשך פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַ און איר טרופּע.
דעם 27סטן יאַנואַר, אינעם אינטערנאַציאָנאַלן אָנדענק־טאָג פֿון חורבן, וועלן צוויי עראָפּלאַנען אַרויספֿליִען פֿון בן-גוריון פֿליפֿעלד קיין קראָקע, כּדי צו ברענגען זעכציק כּנסת־דעפּוטאַטן, פֿערציק ניצול-געבליבענע, פֿערציק כּנסת־אָנגעשטעלטע, פֿופֿציק זשורנאַליסטן און עטלעכע אָנגעשטעלטע פֿון „יד־ושם‟. פֿון קראָקע וועלן זיי פֿאָרן פֿופֿציק קילאָמעטער קיין אוישוויץ-בירקענאַו. אַ מיליאָן צוויי הונדערט טויזנט ייִדן זענען דערמאָרדעט געוואָרן אין אָט דעם טויט־לאַגער. מדריכים פֿון „יד־ושם‟ וועלן זיי פֿירן איבער די בלאָקן, וווּ די ייִדן האָבן געוווינט אין אוממענשטלעכע באַדינגונגען. פֿון אוישוויץ וועט די גרויסע דעלעגאַציע פֿאָרן מיט אויטאָבוסן קיין בירקענאַו, וווּ די געסט פֿון ישׂראל וועלן אָנטייל נעמען אין אַ מאַרש פֿון 800 מעטער, ביז צום דאָרטיקן חורבן־דענקמאָל. דער הויפּט-חזן פֿונעם ישׂראלדיקן מיליטער וועט זאָגן קדיש און „אל מלא רחמים‟.
נאָכן באַזוך אינעם אוישוויץ־מוזיי וועלן די ישׂראלדיקע דעפּוטאַטן צוריקפֿאָרן קיין קראָקע, וווּ זיי וועלן זיך באַטייליקן אין אַ בשותּפֿותדיקער סעסיע מיטן פּוילישן פּאַרלאַמענט, בתוכם מיט ייִדישע דעפּוטאַטן פֿון עטלעכע אייראָפּעיִשע פּאַרלאַמענטן.
אַ נײַ בוך: „12 ייִדישע מעשׂיות‟, פֿון אַנקאַ גרופּינסקאַ, זענען נישט סתּם מעשׂיות, נאָר ביאָגראַפֿיעס פֿון ייִדישע פֿרויען און מענער, קינדער פֿאַר דער מלחמה. הײַנט לעבן זיי אין פּוילן.
איינע פֿון זיי דערציילט: „אַזוי פֿיל יאָרן האָב איך קיינעם ניט געלאָזט וויסן, אַז איך בין אַ ייִדישקע. נאָך דער באַפֿרײַונג אין יאָר 1944 האָב איך געהאַט אַזאַ חלום: ס’איז ווינטער. איך בין וואַרעם אָנגעטאָן. איך טו אַלץ, כּדי מען זאָל נישט זען מײַן גוף. איך טו זיך אָן הענטשקעס, אַ שאַליק, מאַנטל, קוטשמע. אָבער איך ווייס נישט ווי צו באַהאַלטן מײַן פּנים. אינעם חלום האָב איך אַ שוואַרץ פּנים, ווי איך וואָלט געווען אַן אַפֿריקאַנערין.״
די קינדער און יוגנטלעכע האָבן געלעבט אין מורא מען זאָל זיי נישט מסרן. אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן, איז דאָס באַהאַלטן זיך צווישן די דײַטשן געווען זיכערער, ווי צווישן פּאָליאַקן. אַזוי איז געשען מיט סאַבינאַ, אַ ייִדיש מיידל, וואָס האָט געאַרבעט אין אַ דײַטשישער משפּחה. זיי האָבן, פֿאַרשטייט זיך, נישט געווּסט, אַז זי איז אַ ייִדיש קינד. די נײַע משפּחה האָט זי וואַרעם אויפֿגענומען און זי האָט חתונה געהאַט מיט זייער זון. אין די צוועלף מעשׂיות דערציילן די צוועלף ניצול־געבליבענע וועגן זייערע קינדער-יאָרן אין פּוילן פֿאַר דער מלחמה, וועגן די שרעקלעכע מלחמה־יאָרן, און וועגן זייער לעבן אין פּוילן שוין נאָכן חורבן.
אַ טייל פֿון זיי האָבן אַפֿילו נישט געוווּסט, אַז זיי זענען ייִדן. זיי האָבן זיך נאָר לעצטנס דערוווּסט וועגן דעם.
כּמעט זיבעציק יאָר נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה בלײַבט דער חורבן נאָך אַלץ אַ צענטראַלע טעמע אין דער הײַנטיקער פּוילישער ליטעראַטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.