ווי דוצט מען אין ישׂראל?

Israel and Nicknames


פֿון פֿילאָלאָגאָס (Forward)

Published December 17, 2013, issue of January 03, 2014.

לויט אַן אַנומלטיקן אַרטיקל פֿון דער נײַעס־אַגענטור „איי־פּי‟, זעט די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט אויס ווי אַ מין גרויסע אומפֿאָרמעלע משפּחה, וווּ די גרענעצן פֿונעם פּריוואַטן לעבן זענען לעכערדיקע, און יעדער שטעקט אַרײַן זײַן נאָז אין די עסקים פֿון אַ צווייטן. ווי אַ בײַשפּיל, האָט דער מחבר פֿונעם אַרטיקל געבראַכט די מאָדע צו רופֿן די ישׂראלדיקע פּאָליטיקער מיט זייערע צונעמענישן, אַנשטאָט זייערע פֿאָרמעלע נעמען: בנימין נתניהו איז באַקאַנט ווי „ביבי‟; משה יעלון ווי „באָגי‟; יצחק הערצאָג, דער נײַער ראָש פֿון דער פּאַרטיי „עבֿודה‟, ווי „בוזשי‟; ציפּורה לבֿני, וואָס דינט איצט ווי די יוסטיץ־מיניסטאָרין, איז באַקאַנט ווי „ציפּי‟; און אַריאל שרון — ווי „אַריק‟. איין מענטש, בײַ וועלכן „איי-פּי‟ האָט גענומען אַן אינטערוויו, האָט באַטאָנט, אַז אויב אַ מאַמע האָט זיך אַמאָל געוואָנדן צו איר קינד מיט עפּעס אַ צונאָמען, און עמעצער האָט עס דערהערט, קאָן עס אָנגענומען ווערן אינעם ברייטן ישׂראלדיקן עולם.

איז דאָס טאַקע ריכטיק? הגם ישׂראל איז אַ קליין לאַנד, וווּ די פּערזענלעכע פֿאַרבינדונגען שפּילן טאַקע אַ גרויסע ראָלע, בין איך נישט זיכער, אַז די פּאָפּולערע צונעמענישן פֿון פּאָליטיקער זענען דאָרטן מער פֿאַרשפּרייט, ווי אין אַנדערע לענדער. אַ סך ישׂראלדיקע פּאָליטישע פֿיגורן זענען באַקאַנט בלויז מיט זייערע אָפֿיציעלע נעמען, אַרײַנגערעכנט אהוד אָלמערט, אהוד באַראַק, שמעון פּערעס, יצחק ראַבין, יצחק שאַמיר, מנחם בעגין, לוי אשכּול, משה שרת און דוד בן־גוריון.

פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען אין אַנדערע לענדער פֿאַראַן נישט ווייניק פּאָליטיקער, וואָס דער עולם רופֿט זיי דאָרטן אָן, זיך באַנוצנדיק מיט פּאָפּולערע צונעמענענישן. לאָמיר נעמען, למשל, די אַמעריקאַנער פּרעזידענטן. דווײַט אײַזענהאַוער איז געווען באַקאַנט ווי „אײַק‟; דזשיימס קאַרטער — ווי „דזשימי‟; אייבראַהאַם לינקאָלן — ווי „אייב‟; טשעסטער אַרטור — ווי „טשעט‟; און דעם שווער־וואָגיקן וויליאַם האָוואַרד טאַפֿט האָט מען צומאָל גערופֿן גאָר „ביג לוב‟. און אַוודאי, זענען אויך פֿאַראַן אַזעלכע באַרימטע בײַשפּילן, ווי „טעדי‟ רוזוועלט, „דזשעק‟ קענעדי און „ביל‟ קלינטאָן. ס׳איז קלאָר, אַז די צונעמענישן פֿון די באַקאַנטע פּאָליטיקער איז נישט בלויז אַ ישׂראלדיקע מאָדע.

אין אַ דעמאָקראַטישער געזעלשאַפֿט, קאָנען אַזעלכע אומפֿאָרמעלע נעמען אויספֿירן אויך אַ פּאָליטישע פֿונקציע. געוויינטלעך, ווערן אומפֿאָרמעלע צונעמענישן באַנוצט בלויז אין דער סבֿיבֿה פֿון נאָענטע פֿרײַנד. אויב אַ הויך־ראַנגיקער פּאָליטיקער איז צופֿרידן מיט דעם, וואָס דער עולם ווענדט זיך צו אים אויף אַן אומפֿאָרמעלן אופֿן — דינט עס ווי אַ מין וואַלן־רעקלאַמע; דער פּאָליטיקער ווײַזט דערמיט, אַז ער איז נאָענט צום פֿאָלק און רופֿט צו שטימען ווידער פֿאַר אים.

אין געוויסע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט פֿראַנצויזיש, דײַטש און רוסיש, איז פֿאַראַן דער גראַמאַטישער חילוק צווישן דעם אומפֿאָרמעלן „דוצן‟ און דעם בכּבֿודיקן „אירצן‟. אין אַזעלכע שפּראַכן, ווי יאַפּאַניש און אינדאָנעזיש, זענען אויך בנימצא אַנדערע כּללים, וועלכע דערמעגלעכן איבערצוגעבן די סאָציאַלע באַציִונגען אין אַזעלכע פֿראַזעס ווי „איך זע אים‟.

להיפּוך, זענען אַזעלכע מיטלען נישטאָ אינעם הײַנטיקן ענגליש און העברעיִש; דער אַמאָליקער חילוק צווישן „thou‟ און „you‟ איז שוין לאַנג בטל געוואָרן אין דער ענגלישער שפּראַך. אַזעלכע כּבֿוד־ווערטער, ווי „מיסטער‟ אין ענגליש און „אַדון‟ אויף העברעיִש, ווי אויך דער באַנוץ פֿון פֿאַמיליע־נעמען, דינען צומאָל ווי אַ קאָמפּענסאַציע.

אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי, מעגן די סאָלדאַטן זיך ווענדן צום קאָמאַנדיר אויפֿן ערשטן נאָמען; אין די אַמעריקאַנער באַוואָפֿנטע כּוחות איז אַזאַ אומפֿאָרמעלער מינהג בשום־אופֿן נישט דערלאָזלעך. צוליב דעם, וואָס אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט קאָן מען זיך באַנוצן מיט די ערשטע נעמען אַפֿילו אין גאַנץ אָפֿיציעלע סיטואַציעס, פֿאַרלירן זיי דעם דערמאָנטן טעם פֿון אומפֿאָרמעלקייט; די צונעמענישן קומען אָבער דאָ צו הילף. הגם מע מעג אָנרופֿן „אַדון כּהן‟ פּשוט „משה‟, איז „מוישיק‟ אָדער „מאָשקע‟ פּאַסיק בלויז צווישן נאָענטע חבֿרים.

„ביבי‟ איז דער ישׂראלדיקער עקוויוואַלענט פֿונעם דוצן, און „בנימין‟ — פֿונעם אירצן. אין דעם, גלייב איך, באַשטייט דער סאָציאָ־לינגוויסטישער סוד פֿון די ישׂראלדיקע פּאָליטישע צונעמענישן.