די „אַסאָציאַציע פֿון אַמעריקאַנער שטודיעס‟ (ASA) — די גרעסטע נאַציאָנאַלע אַקאַדעמישע אַסאָציאַציע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, געווידמעט די צווישן־דיסציפּלינאַרע שטודיעס פֿון דער אַמעריקאַנער קולטור און געשיכטע — האָט אָפּגעשטימט פֿאַר אַ בויקאָט פֿון ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן. מאָנטיק, דעם 16טן דעצעמבער, האָט די אַסאָציאַציע איבערגעגעבן, אַז צוויי דריטל פֿון אירע מיטגלידער, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אינעם באַשלוס, האָבן גוטגעהייסן דעם בויקאָט. 1,252 מענטשן האָבן זיך באַטייליקט אין די וואַלן.
בסך־הכּל, זענען אינעם אַסאָציאַציע־ראַט רעגיסטרירט 3,853 מיטגלידער, וועלכער האָבן דאָס רעכט צו שטימען. דאָס מיינט, אַז בלויז אַ דריטל פֿון זיי האָבן אַרויסגעזאָגט זייער דעה וועגן דעם ענין. פֿריִער, האָט דער נאַציאָנאַלער הויפּט־ראַט פֿון דער אַסאָציאַציע, וואָס באַשטייט פֿון 20 מיטגלידער, איינשטימיק אָפּגעשטימט פֿאַרן אַנטי־ישׂראלדיקן אַקאַדעמישן בויקאָט. בעת דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון ASA, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אין וואַשינגטאָן דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, האָבן די קעגנער פֿונעם בויקאָט געמאָלדן, אַז פֿאַר אַזאַ סענסיטיווער פֿראַגע מוז מען אויסגעפֿינען די מיינונג פֿון אַ גרעסערער צאָל מיטגלידער; צום ערשטן מאָל, האָט די אָרגאַניזאַציע דורכגעפֿירט אַזעלכע ברייטע וואַלן.
ASA האָט איבערגעגעבן, אַז איר נאַציאָנאַלער ראַט האָט אַרומגערעדט די פֿראַגע מיט די מיטגלידער. נאָך דער אָפֿענער דיסקוסיע אויף דער קאָנפֿערענץ, האָט דער ראַט אויסגעאַרבעט אַן ענדגילטיקע רעזאָלוציע, לויט וועלכער „די פֿאַראייניקטע שטאַטן שפּילן אַ מערקווירדיקע ראָלע אין דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע פֿון פּאַלעסטינע‟.
די רעזאָלוציע האָט צו טאָן בלויז מיט דער אַסאָציאַציע ווי אַן אָרגאַניזאַציע. די אינדיווידועלע מיטגלידער מוזן זיך נישט באַטייליקן אינעם בויקאָט. ASA האָט איבערגעגעבן, אַז אינעם יאָר 2014 פּלאַנירט זי צו פֿאַרבעטן סײַ ישׂראלדיקע, סײַ פּאַלעסטינער, פֿאָרשטייער פֿון אַקאַדעמישע אינסטיטוטן, אויף איר יערלעכער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג אין לאָס־אַנדזשעלעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.