פֿון וואַנען וואַקסן ווערטער: ברודער, שוועסטער

Searching the Roots of Words: Brother, Sister

Getty Images

פֿון הערשל גלעזער

Published December 20, 2013, issue of January 03, 2014.

בײַ די ווערטער „ברודער” און „שוועסטער” האָבן מיר, אַזוי ווי בײַ „טאַטע, מאַמע, זון, טאָכטער” ווידער אַ מאָל גלידער פֿון דער גרויסער אינדאָאייראָפּעיִשער משפּחה. פֿון „הודו ביז כּוש”, ד”ה, פֿון די קעלטישע לשונות אויף מערבֿ ביז די אינדישע אויף מיזרח האָבן מיר כּמעט אומעטום ווערטער פֿון איין שורש.

דאָס וואָרט „ברודער”, מיינט מען, איז פֿונעם זעלביקן שורש וואָס „געבוירן”. חוץ „ברודער” איז פֿאַראַן ס’ענגלישע brother, ס’דײַטשישע Bruder, ס’האָלענדישע broeder; ס’ רוסישע/פּוילישע/סלאָוואַקישע/סערבישע/קראָאַטישע brat, ס’טשעכישע bratr; ס’ליטווישע brolis, ס’וועלשישע brawd; ס’סאַנסקריטישע bhrātar און נאָך און נאָך. בײַ די ראָמאַנער איז פֿונעם b וואָרט־אײַן געוואָרן f, האָבן מיר ס’לאַטײַנישע frāter, ס’פֿראַנצייזישע frère, ס’איטאַליענישע fratello, ס’רומענישע frate.

בײַ „שוועסטער” איז דאָס אייגענע. דער אַבֿי־אַבֿות איז אַ שורש טײַטש ‘ווײַב(ספּאַרשוין)’. פֿונדערפֿון וואַקסן, חוץ „שוועסטער”, ס’ענגלישע sister, ס’דײַטשישע Schwester, ס’האָלענדישע suster; ס’רוסישע/טשעכישע/סלאָוואַקישע/סערבישע/קראָאַטישע sestra, ס’פּוילישע siostra; ס’ליטווישע sesuo, ס’אירישע siur; ס’סאַנסקריטישע svasar; ס’לאַטײַנישע soror, ס’פֿראַנצייזישע sœur, ס’איטאַליענישע sorella, ס’רומענישע soră אאַז”וו.

דער וואָס לייענט מיט קאָפּ האָט אפֿשר באַמערקט, אַז שפּאַניש און פּאָרטוגאַליש זענען ביז איצט נישט דערמאָנט געוואָרן. זייערע ווערטער נעמען זיך פֿון אַן אַנדער שורש, ס’לאַטײַנישע germān ‘וואָס געהערט צו’, פֿון germen ‘שפּראָץ’ (דער אָבֿ פֿונעם ענגלישן germ). זאָגט מען אויף שפּאַניש hermano ‘ברודער’, hermana ‘שוועסטער’, אויף פּאָרטוגאַליש irmão און irmã.

אויך אויף גרעקיש וואַקסן די ווערטער פֿון אַן אַנדער שורש: adelphos ‘ברודער’, adelphi ‘שוועסטער’, פֿון אַן אָבֿ טײַטש ‘פֿון איין (הייב)מוטער’. דערפֿון וואַקסט אויך דער שטאָטנאָמען „פֿילאַדעלפֿיע” ‘ברודער־ליבע’, וואָס איז אין אַמאָליקע צײַטן געווען אַ שטאָט אין ירדן אויפֿן אָרט פֿון דער הײַנטיקער קרוינשטאָט, אַמאַן.

וועגן די ווערטער אויף אונגעריש איז אויך כּדאַי צו דערציילן, כאָטש קיין שײַכות מיט די אויבן דערמאָנטע טערמינען האָבן זיי נישט. קודם־כּל, איז דער דאַך־טערמין פֿאַר ‘ברודער, שוועסטער’ testvér — test ‘גוף’, vér ‘בלוט’. אונגעריש האַלט אַזוי נישט פֿונעם גראַמאַטישן מין, אַז קיין באַזונדערע ווערטער פֿאַר די צוויי השׂגות זענען נישטאָ; בײַ זיי איז אויך פֿאַראַן בלויז איין וואָרט סײַ פֿאַר ‘ער’, סײַ פֿאַר ‘זי’: ő. דערפֿאַר זענען, אָבער, פֿאַראַן באַזונדערע ווערטער פֿאַר אַן עלטערן ברודער: bátya (אויך טײַטש ‘פֿעטער’, ווי מיר האָבן געשריבן אין אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל), און פֿאַר אַ ייִנגערן: öcs. אַזוי אויך בײַ די שוועסטער: אַן עלטערע האָט אַ מאָל געהייסן néne (אַזוי זאָגט מען אויך ‘מומע’), אַ ייִנגערע — húg. איז האָט מען בלויז איין וואָרט און דערפֿאַר האָט מען נאָך פֿיר ווערטער… נו, ביז הײַנט רופֿט מען אַ מומע néne אָדער néni, אָבער נישט קיין שוועסטער — ס’איז פֿאַררעכנט פֿאַר אומאיידל אָנרופֿן אַ שוועסטער „עלטער”. זאָגט מען הײַנט אייפֿעמיסטיש nővér ‘ווײַב(ערש) בלוט’ אויף אַן עלטערער שוועסטער. האָבן מיר שוין זעקס ווערטער!

לויט די מקורים האָט מען אין אייראָפּע זעלטן אַ וואָרט טײַטש סײַ ‘ברודער’, סײַ ‘שוועסטער’. אויף ענגליש איז דאָ sibling; דער ערשטער חלק, sib, איז אַן אַלט וואָרט טײַטש ‘שטאַם, שבֿט’, בשעת ling איז אַזוי ווי אויף מאַמע־לשון „־ל” פֿונעם דימינוטיוו. אויף דײַטשיש זאָגט מען Geschwister, וואָס מע טרעפֿט אויך דאָ און דאָרטן אויף ייִדיש („געשוויסטער”); אָט דאָס וואַקסט, פֿאַרשטייט זיך, פֿון Schwester. אויף צו פֿאַרבײַטן אַזאַ דײַטשמעריזם האָט אַ ייִדישער פֿילאָלאָג (דאַכט זיך, מאַקס ווײַנרײַך) פֿירגעלייגט „מיטקינד”, נאָר ביז אַהער האָט זיך עס נישט שטאַרק אָנגענומען.

ווערטלעך און אויסדריקן מיט „ברודער” און „שוועסטער”:

„ברודער” קען מען אָנרופֿן אַ חבֿר — מע זאָגט „ברודערל”, „ברודערקע”, „גוטער־ברודער”, „פּאַני בראַט” „נאַש בראַט”, אָבער אַ חבֿר איז פֿאָרט נישט קיין ברודער, זאָגט מען „אַ גוטער־ברודער איז קיין ברודער נישט”

„די צײַט איז נישט קיין ברודער” — זי שטעלט זיך נישט אָפּ פֿון דײַנעט וועגן

„אַ ברודער אַ שׂונא איז אַ שׂונא אויפֿן לעבן”

„אַ רובל איז נישט קיין געלט און אַ גראָבער־יונג איז נישט קיין ברודער”

„האַנדלשאַפֿט איז נישט קיין ברודערשאַפֿט” — גוטע האַנדל־באַציִונגען הייסט נישט קיין אמתע ליבשאַפֿט

„נאָענט ווי אַ ברודער/ווי אַ שוועסטער”

„אַ גוטער־ברודער איז מען נאָר ביז צו דער קעשענע”

אַז מע פֿאָרט אין איינעם אויף אַ שיף איז מען „שיפֿברידער” אָדער „שיפֿשוועסטער”