יעדעס מאָל, ווען איך לערן וועגן דעם, ווי אַזוי אַ גרופּע סאָוועטישע ייִדן האָט געפּרוּווט פֿאַרכאַפּן אַן עראָפּלאַן אין יאָר 1970, און אויף אַזאַ אופֿן עמיגרירן קיין ישׂראל, קומט די רייד אויך וועגן אַנדזשעלאַ דייוויס. און יעדעס מאָל קוקן אויף מיר סטודענטן מיט גרויסע אויגן, ווײַל זיי האָבן וועגן דער דאָזיקער פֿרוי קיין מאָל ניט געהערט. דער עלטערער דור לייענער נייטיקט זיך ניט אין קיין דערקלערונג, אָבער פֿאַר די יונגע וועל איך מאַכן זייער אַ קורצן קאָמענטאַר: אַנדזשעלאַ דייוויס, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון קאַליפֿאָרניע, איז אין דעם זעלביקן יאָר, 1970, געוואָרן באַקאַנט איבער דער גאָרער וועלט צוליב אַ קרימינעלן ענין, אין וועלכן עס זײַנען אומגעקומען עטלעכע מענטשן. דאָ איז ניט קיין אָרט זיך אַרײַנצולאָזן אין פּרטים פֿון דעם ענין. דער עיקר, אַז דייוויס, אַ פֿירנדיקע קאָמוניסטקע, איז געווען אין דעם אַלץ פֿאַרמישט אומדירעקט (צו אַזאַ אויספֿיר איז געקומען דער געריכט).
מיט יאָרן צוריק האָב איך געלייענט אין אַ מאָסקווער אַרכיוו, ווי די סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע-מאַשין האָט אויסגענוצט דעם אַנדזשעלאַ דייוויס-ענין ווי אַ קאָנטער-קאַמפּאַניע — יאָ, מיר מישפּטן די ייִדן, וועלכע האָבן געפּרוּווט פֿאַרכאַפּן דעם עראָפּלאַן, און איר מישפּט אַ שיינע, אין גאַנצן אומשולדיקע אַפֿראָ-אַמעריקאַנישע פֿרוי, ווײַל זי איז אַ קאָמוניסטקע און אַ שוואַרצע. דעמאָלט איז אַפֿילו אַ מאָדע אַזאַ געווען, צו טראָגן אַ פֿריזור „אַ-לאַ דייוויס‟. דער סוף איז געווען, אַז מע האָט זי אַרויסגעלאָזט און ביסלעכווײַז איז זי כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן.
איך שרײַב עס ניט ווײַל איך פּרוּוו אונטערוואַרעמען קאַלטע לאָקשן. איך שרײַב עס, ווײַל כ’האָב איבערגעלייענט אירע אייגענע ווערטער, דערצו גאָר פֿרישע, געשריבן מיט אַ פּאָר טעג צוריק, ווי אַ שטיצע צו דער רעזאָלוציע וועגן בויקאָטירן די ישׂראלדיקע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס: „די ענלעכקייט צווישן דער אַמאָליקער פּראַקטיק פֿון אָנווענדן די “דזשים קראָו געזעצן” [סעגרעגאַציע-געזעצן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן] און דער איצטיקער סעגרעגאַציע אין פּאַלעסטינע, מאַכט די רעזאָלוציע עטיש נייטיק.‟
די דאָזיקע רעזאָלוציע האָט אָנגענומען די „אַסאָציאַציע פֿון אַמעריקאַנישע שטודעיס‟. אַנדזשעלאַ דייוויס איז געווען צווישן די 1,252 מיטגלידער, וועלכע האָבן אונטערגעהאַלטן די איניציאַטיוו — אַ זעלטנקייט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן — צו בויקאָטירן די ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן און אַנדערע וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס.
וואָס מיינט עס פּראַקטיש, ווייס איך ניט. בפֿרט נאָך, אַז די „אַסאָציאַציע‟ זאָגט זיך ניט אָפּ פֿון קאָנטאַקטן מיט יחידים; אָבער פּראָפּאַגאַנדיסטיש איז עס, בלי-ספֿק, אַ געשעעניש. פֿריִער האָט זיך מיט אַזעלכע בויקאָטן אויסגעצייכנט, דער עיקר, ענגלאַנד. און די דאָזיקע ענגלישע בויקאָטן פֿלעגט מען דערמאָנען ווי אַ סימן פֿונעם „אייראָפּעיִשן אַנטיסעמיטיזם‟. איצט איז עס שוין אויך אַמעריקאַניש, און דווקא פֿון די „עכטע‟ אַמעריקאַנער, וואָס פֿאָרשן די אַמעריקאַנער געשיכטע, סאָציאָלאָגיע וכ’. ווי אין ענגלאַנד, זײַנען צווישן די אָנהענגער פֿונעם בויקאָט דאָ אויך ייִדן.
באַנאַנד מיט אַנדזשעלאַ דייוויסעס אינדאָרסירונג, שטייט אויפֿן וועבזײַטל פֿון דער „אַסאָציאַציע‟ די אינדאָרסירונג פֿון עריק חפֿץ, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דעם קאָרנעל-אוניווערסיטעט. ער שרײַבט, אַז ער האָט אַ טאָכטער מיט דרײַ אייניקלעך, וועלכע וווינען דווקא אין ישׂראל. אָבער דאָס שוואַכט ניט אָפּ זײַן ענטוזיאַזם אינעם אונטערהאַלטן דעם בויקאָט. דערבײַ פֿאַרגלײַכט ער די באַציִונג צו די פּאַלעסטינער מיט דער באַציִונג פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג צו די היגע אַמעריקאַנער, דאָס הייסט, צו די אינדיאַנער. מיר שײַנט, אַז לויטן שׂכל-היושר וואָלט מען געדאַרפֿט בויקאָטירן אויך די אַמעריקאַנער רעגירונג. אַזוי וואָלט מען געקענט מאַכן אין גאַנצן קלאָר די פּאָזיציע פֿון דער אַקאַדעמישער כאַליאַסטרע.
איך האָב קיין מאָל ניט געקענט פֿאַרשטיין דעם פֿולן שׂכל פֿון זײַן אַ מיטגליד פֿון אַסאָציאַציעס. צו מאָל טרעט איך אײַן, ווײַל אַנדערש קען מען זיך ניט באַטייליקן אין עפּעס אַ קאָנפֿערענץ. ביוראָקראַטיע איז געפֿערלעך, און די אַקאַדעמישע ביוראָקראַטיע איז באַזונדערס געפֿערלעך, ווײַל עס קען ווערן פּאָליטיזירט. ווי מיר זעען, איז עס טאַקע געשען אין דעם פֿאַל פֿון אָט דער מחנה.
איך מיין, אַז יעדער בויקאָט פֿון אַזאַ מין איז אַ נאַרישקייט. ס’איז אַ זאַך פֿאַר פּסיכאָאַנאַליטיקער. קיין ראַציאָנעלע זאַך איז עס זיכער ניט. ס’איז מער פֿון דעם וואָס מע רופֿט אויף ענגליש attention seeking, פֿון אַ מין גאווה; ווײַל דווקא אַ מיטאַרבעט מיט ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן וואָלט געבראַכט מער נוץ און מער טאָלק, אויך פֿאַר די וואָס ווילן מאַכן קלאָר זייער באַציִונג צו דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק. אַנדערש איז עס דאָס זעלבע ווי צו גיין צו פֿוס אויף צו־להכעיס דעם אויטאָבוס-שאָפֿער, וועלכער איז דיר ניט סימפּאַטיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.