שׂכירות־באַריכט — 2013

Salary Survey 2013

יעקבֿ סאָלאָמאָן, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע אין מיאַמי (רעכטס), און האַרוו מאָגול, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער אָרגאַניזאַציע „דער פֿאַראייניקטער וועג‟ אין דער זעלבער שטאָט
יעקבֿ סאָלאָמאָן, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע אין מיאַמי (רעכטס), און האַרוו מאָגול, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער אָרגאַניזאַציע „דער פֿאַראייניקטער וועג‟ אין דער זעלבער שטאָט

פֿון דזשאָש נייטאַן־קייציס (Forward)

Published December 18, 2013, issue of January 03, 2014.

איר מיינט, אַז די פֿאַרוואַלטער פֿון די ייִדישע נישט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציעס באַקומען צו גרויסע שׂכירות? זייערע קאָלעגן, וואָס פֿירט אָן מיט נישט־ייִדישע שטײַער־פֿרײַע אָרגאַניזאַציעס, קאָן מיט אײַך מסכּים זײַן.

לויט אַן אומאָפּהענגיקן יערלעכן אַנאַליז פֿונעם „Forward‟, באַקומען די אויספֿיר־פֿאַרוואַלטער אין ייִדישע נישט-קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציעס מערקווירדיק מער געלט, ווי אין ענלעכע נישט־ייִדישע — בערך אויף 20 פּראָצענט. דער אַנאַליז האָט אַרומגענומען 63 ייִדישע גרופּעס און 16 אַנדערע. דער חשבון האָט אויך געוויזן, אַז די פֿרויען, וואָס פֿירן אָן מיט די ייִדישע נישט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציע באַקומען בערך די זעלבע שׂכירות, ווי די מענער — אין נישט־ייִדישע.

צום בײַשפּיל, לאָמיר אַ קוק טאָן אויף דער אָרגאַניזאַציע „פֿאַראייניקטער וועג‟ (United Way) אין מיאַמי און אויף דער דאָרטיקער ייִדישער פֿעדעראַציע. ביידע גרופּעס זאַמלען געלט אויף מעדיצינישע הילף־צוועקן און פֿאַר געליטענע פֿון קאַטאַסטראָפֿעס; ביידע גיבן אויס צענדליקער מיליאָן דאָלאַר אַ יאָר אין מיאַמי און אַנדערע ערטער. זייערע ביוראָען זענען, אַגבֿ, נישט ווײַט איינער פֿונעם צווייטן.

דער „פֿאַראייניקטער וועג‟ איז גרעסער פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע און האָט אויסגעצאָלט, אינעם יאָר 2012, אויף 11 מיליאָן דאָלאַר מער. דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, האַרוו מאָגול, האָט באַקומען 408,698 דאָלאַר, און זײַן ייִדישער קאָלעגע יעקבֿ סאָלאָמאָן — 460,676. הגם די נישט־ייִדישע אָרגאַניזאַציע איז גרעסער, איז דאָס יערלעכע שׂכירות פֿון איר פֿאַרוואַלטער אויף מער ווי 50,000 דאָלאַר קלענער.

אַבֿרהם ווײַנער, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון סטאַטיסטיק בײַם פּענסילוועניע־אוניווערסיטעט, וועלכער האָט אַנאַליזירט דעם איצטיקן שׂכירות־באַריכט פֿונעם „Forward‟, האָט באַמערקט, אַז דער חילוק איז טאַקע אַ סיסטעמאַטישער. ער האָט אָבער צוגעגעבן, אַז דער חשבון נעמט אַרום בלויז אַ געוויסע צאָל אָרגאַניזאַציעס און דאַרף נישט באַטראַכט ווערן ווי אַן אַלגעמיינע שטודיעס. פֿונדעסטוועגן, האָט דער פּראָפֿעסאָר אויסגעאַרבעט אַ פֿאָרמולע, וואָס דערמעגלעכט פֿאָרויסצוזאָגן דעם חילוק פֿון די שׂכירות אין דער אַנאַליזירטער גרופּע אָרגאַניזאַציעס, אויפֿן סמך פֿון זייער פֿאַרנעם.

דער יערלעכער באַריכט האָט גענומען אין באַטראַכט די זעלבע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, ווי פֿריִער, און נאָך אַ צאָל נײַע. דער „Forward‟ האָט אָנגעהויבן פּובליקירן אַזעלכע באַריכטן אינעם יאָר 2009. צום ערשטן מאָל, אָבער, ווערן זיי פֿאַרגליכן מיט נישט־ייִדישע. ווײַנער האָט געזאָגט, אַז די פֿאַרוואַלטער פֿון די נישט־ייִדישע גרופּעס ווערן באַצאָלט „רעלאַטיוו צו ווייניק‟; אויב מע קוקט פֿאַרקערט, קאָן מען אָבער זאָגן, אַז די ייִדישע פֿאַרוואַלטער באַקומען צו הויכע שׂכירות.