מײַן פֿאָריקער אַרטיקל וועגן דעם סקאַנדאַל מיט הרבֿ אליעזר בערלאַנד — אַוודאי, אַ פּראָוואָקאַטיווער — האָט צוגעצויגן אַ לעבעדיקן אינטערעס פֿון פֿרומע לייענער, דערפֿאַר האָב איך באַשלאָסן צוצוגעבן נאָך אַ פּאָר ווערטער וועגן דעם ענין.
אליעזר בערלאַנד האָט שוין לאַנג אַ רעפּוטאַציע פֿון אַן אומאַדעקוואַטן פּאַרשוין. זײַן חבֿרה האָט אָבער אויך די זעלבע ווילדע רעפּוטאַציע, דערפֿאַר איז דערווײַל שווער צו פֿאַרשטיין, צו וועלכער קאַטעגאָריע עס געהערן די מעשׂים, אין וועלכע ער ווערט פֿאַרדעכטיקט. מיך פּערזענלעך האָט אָבער פֿאַרחידושט, אַז אינעם סקאַנדאַל מיט בערלאַנד איז אַרויפֿגעשוווּמען דער קבלהדיקער תּירוץ פֿון „עולם־האַצילות‟, וועלכער איז כאַראַקטעריסטיש נישט פֿאַר די חסידים, נאָר גאָר פֿאַר די האַלב־פֿאַרגעסענע שבתי־צבֿיניקעס.
הרבֿ בצלאל נאור, אַן אָנגעזעענער פֿאָרשער פֿון קבלה און חסידות אין מאָנסי, האָט אינעם יאָר 1999 אַרויסגעגעבן זײַן בוך „דאָס שבתאות נאָך שבתי צבֿי‟ („Post-Sabbatian Sabbatianism‟). דאָס בוך איז געוואָרן גאַנץ פּאַפּולער; מיט אַ יאָר צוריק האָט נאור עס איבערגעדרוקט. ער ברענגט דאָרטן אַ ריי בײַשפּילן, ווי אַזוי די געדאַנקען פֿון שבתי צבֿי און זײַנע חסידים זענען אַרײַנגעדרונגען אין פֿאַרשיידענע ספֿרים, וועלכע זענען באַקאַנט אין דער ייִדישער וועלט ווי גאַנץ כּשרע און הייליקע. דער סתּירותדיקער געפֿאַלענער משיח האָט געביטן דאָס פּנים פֿון ייִדישקייט; ווידערקלאַנגען פֿון זײַן באַוועגונג הילכן נאָך אַלץ אין דער ייִדישער וועלט.
בערלאַנד איז דערצויגן געוואָרן אין אַ גאָר טראַדיציאָנעלער פֿרומער סבֿיבֿה און האָט זיך געלערנט בחבֿרותא מיטן סטײַפּלער גאָון, הרבֿ יעקבֿ קאַניעווסקי. זײַן רבי איז געווען דער באַרימטער ליטווישער בעל־מוסר אליהו לאָפּיאַן. ווען אַ טראַדיציאָנעל־דערצויגענער מנהיג פֿון אַ חסידישער חבֿרה מיט לאַנגע פּאות און שטרײַמלעך דערמאָנט „תּורה־דאַצילות‟ אין אַזאַ גאַנץ פּראַקטישן קאָנטעקסט, וואָלט מען געקאָנט זיך משער זײַן, אַז ער האָט געלערנט געהיימנישפֿולע אַלטע כּתבֿ־ידן, אָדער אַז צווישן זײַנע רביים איז געווען אַ באַהאַלטענער מאמין, וואָס גלייבט נאָך אַלץ, אַז שבֿתי־צבֿי איז משיח. אויב אַזוי, קלינגט דער סקאַנדאַל, נישט געקוקט אויף דעם גאַנץ מיאוסן כאַראַקטער, ווי אַ דעטעקטיווע מעשׂה אינעם סטיל פֿון אומבערטאָ עקאָס און דען בראַונס ראָמאַנען.
אין די אַנומלטיקע נעגאַטיווע פּרעסע־אַרטיקלען האָט מען געשילדערט בערלאַנדס חבֿרה ווי אַ מאַרגינאַלע און איזאָלירטע סעקטע. אין דער אמתן, איז עס אַ גוזמא. אַדרבה, בערלאַנדס ישיבֿה האָט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ הפֿקרדיק אָרט, וווּ עס באַווײַזן זיך כּסדר פֿאַרברעכער, נאַרקאָמאַנען און אַנדערע מינים מענטשן, דערצויגן אין אַ סבֿיבֿה, וועלכע איז ווײַט פֿון צניעות אַפֿילו לויט די ישׂראלדיקע וועלטלעכע סטאַנדאַרטן. אויב מע וועט אַרעסטירן און פֿאַרמישפּטן זייער מנהיג, וועלן זײַנע תּלמידים ווײַטער אַנטוויקלען זייער אייגנאַרטיקע ווערסיע פֿונעם בראַצלעווער חסידות. אַדרבה, זיי קאָנען צוגעבן נאָך מער ראַדיקאַלע עלעמענטן.
בערלאַנדס ישיבֿה „שובֿו בנים‟ איז שוין לאַנג געוואָרן אַ באַקאַנטער עלעמענט אינעם לאַנדשאַפֿט פֿון פֿאַרשיידנאַרטיקע נעאָ־חסידישע באַוועגונגען. צווישן אַנדערע בולטע פֿיגורן אויף דער דאָזיקער סצענע שטייט, למשל, הרבֿ אוהד אזרחי, וועלכער איז פֿריִער אויך געווען פֿאַרבונדן מיט די בראַצלעווער און ליובאַוויטשער חסידים. שפּעטער האָט ער זיך דערווײַטערט פֿונעם טראַדיציאָנעלן חסידישן לעבן און פֿירט איצט אָן מיט אַ „ישיבֿה־אַשראַם‟, וווּ קבלה און חסידות ווערן אויסגעמישט מיט דער אינדישער סעקסועלער שיטה פֿון „טאַנטרע‟. די תּורה פֿון אַ טייל אַנדערע הײַנצײַטיקע בראַצלעווער חסידים איז באַגרינדעט אינעם טאַנצן אויף דער גאַס און רייכערן מאַריכואַנע. מע מוז זיך נישט גריבלען טיף אין די געהיימע אַלטע מאַנוסקריפּטן, כּדי זיך צו דערטראַכטן הײַנט צו כּלערליי ווילדע סבֿרות. דער נעאָ־חסידישער רבי שלמה קאַרליבאַך האָט פּאָפּולאַריזירט אַ קאָמבינאַציע פֿונעם אַלטן חסידות מיטן „היפּי‟־גײַסט פֿון פֿרײַער ליבע.
פֿאַרשיידענע „קבלה־צענטערס‟ פֿאַרשפּרייטן הײַנט די דעה, אַז דאָס לערנען קבלה אין וויכטיקער, ווי דאָס מקיים זײַן די מיצוות־מעשׂיות. יעקבֿ־לייב כּהן, אַ געוועזענער חסיד פֿון אַן אינדישן גורו, האָט זיך דערקלערט ווי אַ מנהיג פֿון הײַנטצײַטיקע שבתי־צבֿיניקעס. דזשיי מײַקלסאָן, אַ באַקאַנטער שרײַבער פֿון „Forward‟ און אַ מחבר פֿון עטלעכע ביכער, קאָמבינירט די טעאָרעטישע שטודיעס פֿון שבתי צבֿיס ירושה מיט דער פּראַקטישער טעטיקייט לטובֿת די האָמאָסעקסואַלן. צענדליקער ערנסטע ביכער זענען געווידמעט אַזעלכע נײַע אָפּטײַטשן פֿון קבלה און חסידות.
דער סקאַנדאַל מיט בערלאַנדן איז אַ סימן, אַז אין דער הײַנטיקער חסידישער וועלט בלאָזן ווילדע ווינטן — בפֿרט אין אַזעלכע בעל-תּשובישע קרײַזן, ווי בערלאַנדס ישיבֿה „שובֿו בנים‟. די אַלטע טעאָרעטישע געדאַנקען וועגן דעם „עולם־האצילות‟ און „עבֿירה־לשמה‟ ווי אַ „פּאַנדאָרעס קאַסטן‟, און קאָנען אָפּגעטײַטשט ווערן אויף כּלערליי נײַע אופֿנים; די 350־יאָריקע האַלב־פֿאַרגעסענע שבתי-צבֿינישע געדאַנקען ווערן קאָמבינירט מיטן מאָדערנעם גײַסט פֿון „סעקס, דראָגס, ראָק׳נ׳ראָל‟.
רבי נחמן בראַצלעווער האָט אַמאָל געזאָגט, אַז די וועלט דרייט זיך ווי אַ דריידל: אַ מענטש ווערט אַמאָל אַ מלאך, און אַ מלאך — אַ מענטש. שבתי־צבֿי און דזשאָן לענאָן קאָנען ווערן אין דער הײַנטיקער זיך־דרייענדיקער וועלט עמעצנס רביים, מאַריכואַנע קאָן זײַן עמעצנס רביצין, און פֿאָרט קאָן דער רעזולטאַט פֿונעם געמיש אויסזען ווי אַ פֿאָרעם פֿונעם גאַנץ טראַדיציאָנעלן אַלטמאָדישן חסידות.
קיין מויערן, גדרים אָדער „וועד־הצניעות‟ קאָנען הײַנט נישט אָפּשטעלן אַ מענטש, אויב ער וויל געפֿינען היתּרים אויף די ווילדסטע מעשׂים. אויב עמעצער גלייבט, אַז ער געפֿינט זיך שוין אויף דער מדרגה פֿון „עולם־האצילות‟ — נו, וואָס קאָן מען זאָגן? צו גלייבן, אַז דער ליובאַוויטשער רבי „שליט״א‟ איז מלך־המשיח, אָדער אַז „די אינטערנעץ איז ערגער ווי ציוניזם‟ איז, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, נישט ווייניקער צווייפֿלהאַפֿטיק.
מע מוז אָבער געדענקען קלאָר דעם חילוק צווישן די עבֿירות „בין אָדם למקום‟ און „בין אָדם לחבֿרו‟. וואָס מענטשן טוען אָן קיין צוואַנג — איז אַ פּריוואַטער עסק צווישן זיי און דעם רבונו־של־עולם. אַדרבה, די צוואַנג־טעטיקייט פֿון פֿרומע צניעות־אָרגאַניזאַציעס איז פּונקט אַזאַ עבֿירה „בין אָדם לחבֿרו‟, ווי די געצוווּנגענע סעקסועלע באַלעסטיקונגען. דערצו, זענען ביידע פֿאָרמען פֿון עקספּלואַטאַציע נישט זעלטן דווקא פֿאַרבונדן איינע מיט דער צווייטער. אין דער אַטמאָספֿער פֿון רכילות און שפּיאָנאַזש איז גרינגער צו פּראַווען גוואַלד מיט אונטערטעניקע מענטשן הינטער די מויערן.
דער איזשביצער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר „מי־השילוח‟, אַז ייִדן זינדיקן צוליב דעם, וואָס זיי וואַרטן אויף דער משיחישער גאולה־תּקופֿה, ווען יעדער וועט זײַן פֿרײַ און די תּורה וועט זיך אַנטפּלעקן „בלי לבֿושים‟ — העכער, ווי די פֿיקסירטע נאָרמעס. יעדער וועט אַליין פֿאַרשטיין, ווי אַזוי צו זײַן אַ גוטער מענטש. דערווײַל, בזמן־הגלות, באַשטייט דער טעות פֿון אַ סך מענטשן אין דעם, וואָס פֿרײַהייט און הפֿקרות זענען גאַנץ באַזונדערע, און אַפֿילו היפּוכדיקע, ענינים. עס ווילט זיך אָבער האָפֿן, אַז די נעאָ־חסידישע קרײַזן וועלן שטעלן דעם אַקצענט דווקא אויפֿן פּאָזיטיוון אַספּעקט פֿון פֿרײַהייט — „עלמא דחרותא‟ — און אַז רבי נחמן בראַצלעווער וואָלט געווען צופֿרידן מיט דעם, וואָס אָט אַזעלכע חסידים באַטייליקן זיך הײַנט אין זײַן באַוועגונג:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.