מאָנטיק, דעם 16טן דעצעמבער, איז אין בני־ברק פֿאָרגעקומען אַן אויסעראָרדנטלעכע פֿאַרזאַמלונג פֿון בערך 80 ישׂראלדיקע ראָש־ישיבֿות, אין שײַכות מיטן געזעץ־פּראָיעקט, לויט וועלכן ס׳רובֿ חרדים, אַחוץ אַ קליינער צאָל באַזונדערס באַגאַבטע תּורה־לערנער, וועלן מוזן דינען אין דער אַרמיי נאָכן דערגרייכן דעם עלטער פֿון 21 יאָר. איצט פּלאַנירט די רעגירונג צו פּובליקירן די פּרטים פֿונעם דאָזיקן פּלאַן, וואָס אויף זײַן שפּיץ שטייט איילת שקד, אַ דעפּוטאַטקע פֿון דער פּאַרטיי „הבית היהודי‟.
מיט דער פֿאַרזאַמלונג, וועלכע האָט געשטעלט דעם ציל צו ווײַזן, אַז די חרדים וועלן בשום־אופֿן נישט מסכּים זײַן צו דינען אינעם צה״ל, האָט אָנגעפֿירט דער 99־יאָריקער רבֿ אַהרן־לייב שטיינמאַן, וועלכער האָט פֿריִער פֿאַרגליכן דעם פֿינאַנץ־מיניסטער יאיר לפּיד מיטן תּנ״כישן עמלק. איינער פֿון די באַטייליקטע האָט געמאָלדן, אַז די חרדים וועלן באַקעמפֿן אַלע סאַנקציעס קעגן זיי און געוואָרנט, אַז אויב די ישׂראלדיקע מלוכה וועט פּרוּוון זיי צו צווינגען, וועלן זיי אָנהייבן אַ „מלחמה‟.
רעדנדיק אויף ייִדיש, האָט די רבנים דערקלערט זייערע ווערטער אויף העברעיִש, כּדי די פֿאָרשטייער פֿון דער וועלטלעכער פּרעסע זאָלן זיי קלאָר פֿאַרשטיין. מיט צוויי וואָכן צוריק, האָט הרבֿ שמואל אויערבאַך אָרגאַניזירט אַ מאַסן־פּראָטעסט קעגן דעם אַרעסט פֿון אַ ישיבֿה־בחור, וועלכער האָט צוערשט מסכּים געווען צו קומען אין אַ מיליטערישן מאָביליזאַציע־צענטער, אָבער דערנאָך דאָס נישט געטאָן. להיפּוך, האָט שטיינמאַן פֿאָרגעלייגט מער מעסיקע און פּראַגמאַטישע מעטאָדן פֿון פּראָטעסט. פֿונדעסטוועגן, האָט ער ווידער שאַרף פֿאַרדאַמט די פּאָליטיקער, וועלכע שטרעבן אַרײַנצוברענגען די חרדים אינעם מיליטער, און באַטאָנט, אַז זיי זענען „שׂונאי־ישׂראל, וועלכע ווילן פֿאַרניכטן דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק‟.
הרבֿ יגאל ראָזען, דער מנהיג פֿון דער ישיבֿה „אור ישׂראל‟ אין פּתח־תּיקווה, האָט זיך אויסגעדריקט אַ סך קאָנקרעטער, און געמאָלדן, אַז די חרדים זענען גרייט זיך ממש מוסר־נפֿש זײַן אויף קידוש־השם אין זייערע „מלחמה‟ מיט דער רעגירונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.