צווישן די געלערנטע, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער יערלערכער קאָנפֿערענץ פֿון דער „אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע שטודיעס‟ אין באָסטאָן הײַנטיקס יאָר, זענען געווען צוויי לערער, וועלכע זענען אויפֿגעוואַקסן גאַנץ אָפּגעפֿרעמדט פֿון ייִדיש און אַפֿילו פֿון ייִדן. זייער וועג צו דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור האָבן זיי געפֿונען, נישט אַ דאַנק עמעצן, נאָר צוליב דעם כּישוף פֿון דער ייִדישער מעשׂה.
יעקבֿ יאַראָן לוּיס איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רעליגיע אינעם מאַניטאָבער אוניווערסיטעט אין קאַנאַדע, וווּ ער לערנט גמרא ,חסידות, קבלה, צווישן אַנדערע קלאַסן. ער שטאַמט פֿון אַ קאַטוילישער משפּחה אין קאַנאַדע, אָבער ווען ער האָט געוווינט אין טאָראָנטאָ, אין זײַנע 20ער, האָט ער זיך ערשט דעמאָלט נאָענט באַקענט מיט ייִדן און ייִדישקייט, און באַשלאָסן זיך מגייר צו זײַן. ער האָט אָנגעהויבן לייענען חסידישע מעשׂיות, די דערציילונגען פֿון י. ל. פּרץ, פֿאָלקס־מעשׂיות, און סײַ ליטעראַריש, סײַ גײַסטיק, האָבן זיי אים פֿאַרכאַפּט.
אין די 1990ער יאָרן האָט ער שטודירט ייִדיש אַליין און פּריוואַט מיטן שרײַבער מײַקל וועקס. ער איז דערנאָך געפֿאָרן אויף דער „ייִדיש־וואָך‟ פֿון „יוגנטרוף‟. ווען ער האָט שפּעטער געוווינט אין ניו־יאָרק, שוין מיט אַ משפּחה, האָט ער געשיקט זײַן זונדל שלמהלע צו דער „פּריפּעטשיק־שפּילגרופּע‟ פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע קינדער. אין ניו־יאָרק איז ער געוואָרן אַ ראַבינער און אין דער זעלבער צײַט אויך באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין ייִדישע שטודיעס אין טאָראָנטאָ. זײַן יאָרן־לאַנגיקער אינטערעס אין חסידישע מעשׂיות האָט ער געקענט אויסדריקן אין זײַן דיסערטאַציע, וואָס איז שפּעטער געוואָרן זײַן ערשט בוך, Imagining Holiness.
מיטן פּראָפֿעסאָר האַרי פֿאָקס האָט ער צוגעגרייט צום דרוק אַן איטאַליענישן כּתבֿ־יד פֿון אָנהייב 16טן יאָרהונדערט. פּראָפֿ׳ לוּיס האָט דעם טעקסט פֿאַרטײַטשט און איבערגעזעצט אויף ענגליש, און דאָס ווערק איז אַרויס אונטערן טיטל Many Pious Women. ס’איז נישט קלאָר, ווער ס’איז דער מחבר פֿונעם ווערק, געשריבן אין גראַמען, אין וועלכן מע לויבט די ייִדישע פֿרוי, און וווּ עס ווערט באַשריבן איר שווער לעבן אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. דעם דריטן טייל פֿונעם כּתבֿ־יד איז אַ באַזונדער ווערק, „געדאַנקען וועגן טויט‟ פֿון מנחם אָלדענדאָרף, וואָס, נישט געקוקט אויפֿן טיטל, פֿאַרמאָגט אַ צינישן הומאָר און בילדערישקייט. למשל, מע קען לייענען דאָרטן: „דאָס געלט וואָס די קלויבסט איצט איז פֿאַר דײַן פֿרויס צווייטן מאַן, מיט וועלכן זי וועט גיך חתונה האָבן. אָבער זאָרג זיך נישט, די ווערעמלעך וועלן דיך וואַרעם באַגריסן מיט גרויס כּבֿוד‟.
אין וויניפּעג, וווּ לוּיס לערנט, איז געבליבן אַ ייִדיש־סבֿיבֿה, כאָטש זי קען זיך נישט פֿאַרגלײַכן מיט דער ייִדישער קולטור־וועלט אין דער שטאָט מיט אַ דור, צוויי צוריק. ד״ר איתּי זוטראַ לערנט ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור סײַ אין אוניווערסיטעט, סײַ אין דער ייִדישער טאָגשול. עס זענען פֿאַראַן ייִדיש־קרײַזן, און דער לייענקרײַז וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט איבערזעצן די ייִדישע פֿרויען־ליטעראַטור, גיט אַרויס ביכער און איז אַפֿילו אָנערקענט געוואָרן דורך „אונעקסאָ‟.
ייִדיש לעבט אויך אין דער משפּחה לוּיס. מיטן זון, שלמהלע, רעדט ער בלויז ייִדיש, און זײַן טעכטערל שׂרהלע, האָט לעצטנס אויך געבעטן ער זאָל רעדן מיט איר אויף מאַמע־לשון. זײַן פֿרוי דזשעין ענקין טרעט אויף ווי אַ זינגערין מיט אַ ברייטן רעפּערטואַר, אַרײַנגערעכנט ייִדישע לידער. אַז דאָס רעדן ייִדיש איז פֿאַר אים וויכטיק האָט מען בולט געזען אויף דער קאָנפֿערענץ, וווּ ער האָט געפֿירט דעם פֿאָרזיץ בלויז אויף ייִדיש.
***
אַגי לעגוטקאָ איז די נײַע דירעקטאָרין פֿון דער ייִדישער שפּראַך־פּראָגראַם אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וווּ זי האָט פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿון דער לאַנג־יאָריקער לערערין מרים האָפֿמאַן. זי איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן נישט ווי קיין ייִד, אין קראָקע, פּוילן. זי האָט געאַרבעט ווי אַ וועגווײַזערין פֿונעם ייִדישן קוואַרטל אין קראָקע און אָנגעשריבן אַ ביכל פֿאַר די טוריסטן אין 2004. ערשט ווען זי איז געווען 23 יאָר אַלט, נאָך דעם ווי זי האָט זיך פֿאַרטיפֿט אין דער ייִדישער קולטור און אין דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין קראָקע, האָט אַגי זיך דערוווּסט, אַז זי איז אַ ייִדיש־קינד, סײַ פֿון טאַטנס צד, סײַ פֿון דער מאַמעס צד.
„ווען איך פֿלעג ווײַזן דעם ייִדישן קוואַרטל פֿון דער שטאָט, האָט מען מיך כּסדר געפֿרעגט, צי איך בין אַ ייִד, און ווען איך האָב געזאָגט מײַנע טאַטע־מאַמע ווי מאָדנע דאָס איז מיך צו פֿרעגן וועגן דעם, האָבן זיי געענטפֿערט, אַז „ס’איז נישט קיין חידוש, דו שטאַמסט טאַקע פֿון ייִדן‟. זיי האָבן פֿאַר דעם מאָמענט איר קיין מאָל גאָרנישט געזאָגט וועגן דעם. ווען זי האָט די בשׂורה דערהערט, „האָב איך געפֿילט, אַז מײַן לעבן האָט אַ שליחות, פֿאַרבונדן מיט ייִדיש.‟
אַגי לעגוטקאָ האָט זיך פֿאַרליבט אין די מעשׂיות פֿון יצחק באַשעוויס אויף פּויליש, און האָט זיי געוואָלט לייענען אין דער אָריגינעלער שפּראַך. האָט זי אָנגעהויבן זיך לערנען די שפּראַך אינעם קראָקער אוניווערסיטעט און געשריבן איר מאַגיסטער־אַרבעט וועגן די איבערזעצונגען פֿון באַשעוויסעס „מעשׂה טישעוויץ‟.
אין 2004 האָט מען זי אָנגענומען אין דער גראַדויִר־פּראָגראַם פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט, מיטן געדאַנק ווײַטער צו פֿאָרשן די שדים פֿון באַשעוויסן. זי האָט אויסגעפֿונען, אַז שדים און דיבוקים בײַ ייִדן זענען סײַ אַן אַלט אײַנגלייבעניש, סײַ אַ טעמע, וואָס האָט פֿאַרכאַפּט דעם מאָדערנעם ייִדישן עולם אין 20סטן יאָרהונדערט; דאָס איז געוואָרן די טעמע פֿון איר דיסערטאַציע.
ווי די נײַ־אָנגעשטעלטע דירעקטאָרין פֿון דער ייִדיש-פּראָגראַם, וויל זי סײַ זיך באַניצן מיט דער נײַסטער טעכנאָלאָגיע — די „פֿאָרווערטס‟־וועבזײַט און „ייִדיש־פּאָפּ‟, למשל, — סײַ אײַנפֿירן אַ געזעלשאַפֿטלעכן אַספּעקט אין דער פּראָגראַם, צו שאַפֿן אַ ייִדיש־סבֿיבֿה אין קלאַס, און אין דער גרעסערער קאָלומביע־קהילה. די סטודענטן, האָפֿט זי, וועלן זיך בעסער באַקענען מיט דער ייִדישער קולטור אין, און אַרום, ניו־יאָרק. מיט דעם ציל האָט זי געהאָלפֿן צו שאַפֿן אַ ווינטער־שפּראַך־פּראָגראַם אין דער „ייִדיש־פֿאַרם‟, יאַנואַר 2014. פֿרילינג־זמן וועט זי פֿאַרבעטן פֿאַרשיידענע ייִדיש־פּערזענלכקייטן צו רעדן פֿאַרן גאַנצן קאָלומביע־קאַמפּוס.
אַגי לעגוטקאָ האָט געזען ווי דער אינטערעס צו ייִדיש וואַקסט אין פּוילן, ווי די שפּראַך איז דאָרטן אין דער מאָדע, און זי וויל, אַז ייִדיש אין ניו־יאָרק זאָל אויך צוציִען מער סטודענטן און וואַקסן סײַ אין דער אַקאַדעמישער וועלט, סײַ אין דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט.
אויף די אייגענע אויטאָביאָגראַפֿישע „מעשׂיות‟ פֿון לוּיס און לעגוטקאָ וועלן מיר זיכער נישט פֿרעגן קיין קשיות, ווײַל מיר גלייבן יעדעס וואָרט, און, ווי אין די וווּנדער־מעשׂיות, קוקן מיר אַרויס אויף די ווײַטערדיקע אויפֿטוען פֿון די העלדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.