מיט הונדערט יאָר צוריק, איז אין רוסלאַנד אויסגעבראָכן אַ גרויסער סתּירותדיקער מישפּט־פּראָצעס. מײַן זיידן, מענדל בייליס, האָט מען באַשולדיקט אין אַ בלוט־בילבול; מע האָט חושד געווען, אַז ער האָט, כּלומרשט, דערהרגט אַ קריסטלעך קינד און גענוצט זײַן בלוט פֿאַר די מצות אויף פּסח. בייליס איז אַרעסטירט געוואָרן אין קיִעוו דורך דער צאַרישער געהיימער פּאָליציי און אָפּגעזעסן אין אַ געפֿערלעכער טורמע מער ווי צוויי יאָר.
די אימפּערישע רעגירונג האָט געפּרוּווט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים צו צווינגען מײַן זיידן זיך פֿאַלש מודה צו זײַן אינעם דאָזיקן פֿאַרברעכן. ער האָט זיך אָבער העלדיש אָפּגעזאָגט דאָס צו טאָן אָדער צו באַשולדיקן אַנדערע ייִדן. סוף־כּל־סוף, אינעם יאָר 1913, האָט מען אים געמישפּט און דערקלערן נישט שולדיק. אַלע ריכטער זענען געווען קריסטן. די דראַמאַטישע פּרטים פֿונעם הויכן געריכט־פּראָצעס האָט מען באַהאַנדלט אין די גרעסטע צײַטונגען אַרום דער וועלט.
ס׳איז געווען ממש אַ נס, אַז בייליס איז באַפֿרײַט געוואָרן. זיבן פֿון די 12 אײַנגעשוווירענע, אויסגעקליבן בכּיוון דורך דער רעגירונג, זענען געווען מיטגלידער פֿון דער טיף אַנטיסעמיטישער „שוואַרצער מאה‟. זײַן הויפּט־אַדוואָקאַט, אָסקאַר גרוזענבערג, האָט דערציילט, אַז צוערשט, האָט מען אָפּגעשטימט — זיבן קעגן פֿינף — אַז בייליס איז שולדוק. בײַם סאַמע סוף פֿונעם פּראָצעס, איז איינער פֿון די אײַנגעשוווירענע, אַ פּשוטער פּויער, אויפֿגעשטאַנען, געזאָגט אַ געבעט צו אַ קריסטלעכער איקאָנע, און אַ זאָג געגעבן: „איך וויל נישט זײַן אַ חוטא־בנפֿשי — ער איז נישט שולדיק‟.
בייליס איז שטענדיק געווען דאַנקבאַר צו די, וואָס האָבן געהאָלפֿן אים באַפֿרײַט צו ווערן, בפֿרט צו די אומדערוואַרטע נישט־ייִדישע שטיצער. מיט יאָרן שפּעטער, האָט ער געלויבט די רוסן, וועלכע האָבן אַרויסגעוויזן צוליב אים אַן עכטן מסירת־נפֿש און וואָלטן געקאָנט פֿאַרלירן זייערע קאַריערעס און אַפֿילו אײַנשטעלן זייער לעבן אין סכּנה, פֿאַרטיידיקנדיק דעם ייִד.
במשך פֿון עטלעכע יאָר נאָכן מישפּט, האָט בייליס געוווינט אין פּאַלעסטינע. דערנאָך האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, און פֿאַרעפֿנטלעכט דאָרטן, אינעם יאָר 1926, אַ בוך זכרונות. מיט אַכט יאָר שפּעטער, אין 1934, איז ער ניפֿטר געוואָרן. לויט אַ באַריכט אין דער צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟, זענען אויף זײַן לוויה געקומען מער ווי 4,000 מענטשן.
דער בייליס־ענין איז געווען דער לעצטער און דער באַקאַנטסטער בלוט־בילבול אין דער לאַנגער געשיכטע פֿונעם אייראָפּעיִשן אַנטיסעמיטיזם. דער עצם־טערמין — „בלוט־בילבול‟ — איז אָבער געוואָרן אַ מעטאַפֿאָר פֿאַר כּלערליי אַנדערע פֿאַלשע באַשולדיקונגען. איך פֿיל אַ פֿאַראיבל און באַליידיק זיך, ווען איך הער, אַז מענטשן נוצן אויס דעם דאָזיקן באַגריף אין אַ גוזמאדיקן קאָנטעקטס. מײַן זיידע האָט זיך אויך געפֿילט באַליידיקט אין אַזעלכע פֿאַלן.
מיט הונדערט יאָר צוריק, האָט די גאַנצע וועלט געוווּסט וועגן דעם מישפּט איבער מײַן זיידן. הײַנט, אָבער, אַסאָציִיִרן אַ סך מענטשן מײַן זיידן מיט יעקבֿ באָק, דער פּערסאָנאַזש פֿון בערנאַרד מאַלאַמודס ראָמאַן „The Fixer‟ („דער פֿאַרריכטער‟), פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1966. אין פֿאַרגלײַך מיטן דאָזיקן צווייפֿלהאַפֿטיקן אויסגעטראַכטן פּאַרשוין, איז מענדל בייליס געווען אַן איידעלער, אָרנטלעכער און רעליגיעזער מענטש, אַ טאַטע פֿון פֿינף קינדער.
מײַן טאַטע, דוד בייליס, האָט באַשולדיקט מאַלאַמודן, ווען זײַן ראָמאַן איז אַרויס, אין פּלאַגיאַט און אין אַ פֿאַרקריפּלטער רעפּרעזענטאַציע פֿון מײַן זיידנס כאַראַקטער.
הײַנט, אינעם הונדערטן יאָרטאָג זינט דעם בייליס־פּראָצעס, איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען וועגן דעם רעאַלן מענדל בייליס און דעם היסטאָרישן פּראָצעס, וועלכער האָט געמאַכט אַ רושם אויף דער גאַנצער געשיכטע פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.