אַ נײַער ישׂראלדיקער פֿילם ווערט געוויזן מיט גרויס דערפֿאָלג פֿון פּובליקום און קריטיק אין בוענאָס־אײַרעס. דער פֿילם „פּאָליציאַנט‟ פֿון נדבֿ לפּיד האָט אין 2012 באַקומען די ערשטע פּרעמיע אויף דעם אינטערנאַציאָנאַלן קינאָ־פֿעסטיוואַל פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס, און ער איז אויך באַצייכנט געוואָרן אויף דעם פֿעסטיוואַל אין לוקאַרנאָ. דער פֿילם שטעלט פֿאָר קאָנפֿליקטן אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, אין דער אַרמיי און אין די באַציִונגען מיט אַראַבער פֿון גאָר אַ באַזונדערער פּערספּעקטיוו.
די אַרגענטינער פּרעזידענטין האָט אויפֿגענומען אַ דעלעגאַציע פֿון דער „דאַיאַ‟, די פּאָליטישע רעפּרעזענטאַנץ פֿון ייִדישן ייִשובֿ אין אַרגענטינע. די טרעפֿונג איז זיכער געווען אַ פֿאָרעם צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט די ייִדישע אינסטיטוציעס נאָכן אַנטשטאַנענעם קאָנפֿליקט צוליבן הסכּם מיט איראַן איבערן מישפּט פֿון דעם אַטענטאַט אויפֿן בנין פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה.
אָן אַ פּלאַנירטן סדר־היום זײַנען באַהאַנדלט געוואָרן אַספּעקטן און פּראָבלעמען פֿון ייִדישן לעבן אין אַרגענטינע. ד”ר כוליאָ שלאָסער האָט דערקלערט, אַז דער דיאַלאָג מיט דער אַרגענטינער פּרעזידענטין איז שטענדיק אַ קאָנסטרוקטיווער.
אויך אַ פֿאָרשטייערשאַפֿט פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה איז אויפֿגענומען געוואָרן דורכן קאַבינעט־שעף פֿון דער רעגירונג, אַ מין פּרעמיער־מיניסטער. דער פֿאָרזיצער לעאָנאַרדאָ כמעלניצקי האָט אינפֿאָרמירט, אַז די הויפּט-טעמע איז געווען ממשיך זײַן מיט די סאָציאַלע פּלענער, וואָס די קהילה פֿירט דורך איבערן גאַנצן לאַנד מיט דער אַרגענטינער רעגירונג, וואָס איז אַ פֿאָרעם מיטצואַרבעטן לטובֿת דער אַרגענטינער געזעלשאַפֿט.
די אויסשטעלונג „ווידערשטאַנד, לעבן און עדות‟ איז דערעפֿנט געוואָרן אינעם חורבן־מוזיי פֿון בוענאָס־אײַרעס. פּראָפֿ‘ אַבֿרהם זילבערמאַן האָט דערציילט וועגן דער וויכטיקייט פֿון די עקספּאָנאַטן; און מיט דער אָנוועזנהייט פֿון אַ גרויסן עולם, לעבנס־געבליבענע, סטיפּענדיאַנטן פֿון יד־ושם, פֿאַרוואַלטונג־מיטגלידער און דעם פּערסאָנאַל פֿונעם מוזיי געשלאָסן דאָס יאָר פֿון פֿאַרצווײַגטער טעטיקייט.
נאָך די וואַלן אין טשילע, וואָס האָבן אויסגעוויילט מישעל באָשעלעטן ווידער צו פֿאַרנעמען די פּרעזידענטשאַפֿט, האָט דער פֿאָרזיצער פֿון דער קהילה אין סאַנטיאַגאָ דערקלערט, אַז ער דערוואַרט דאָס לאַנד זאָל ווײַטער וואַקסן, און ער האָט אויסגעדריקט, אַז דער ייִדישער ייִשובֿ איז גרייט ווײַטער צו העלפֿן מיטבויען די ווירטשאַפֿט אין לאַנד. ער האָפֿט אויך, אַז די פּאַלעסטינער, וואָס זײַנען נאָענט צו די לינקע און צו דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, וועלן נישט אימפּאָרטירן קיין טשילע די פּראָבלעמען פֿון מיטעלן מיזרח.
כּדאַי צו באַמערקן, אַז אין טשילע וווינט אַ גרעסערע גרופּע פּאַלעסטינער, וואָס האָבן זיך דאָרט באַזעצט נאָכן אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה אין 1948, און וואָס פֿאַרמאָגן אַפֿילו אַ פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט אין דער ערשטער ליגע מיטן נאָמען „פּאַלעסטינער‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.