ס׳איז שוין אַ באַקאַנטע זאַך בײַ די ראַבינער אין אַמעריקע, אַז ייִדן, וועלכע קומען אַ גאַנץ יאָר נישט אַרײַן אין קיין שיל, וועלן נאָך דער פּטירה פֿון אַ נאָענטן מענטשן, אינפֿאָרמירן אַן אָרטיקן „ראַבײַ‟, און בעטן, ער זאָל העלפֿן אַראַנזשירן די שיבֿעה, כּדי ער (אָדער זי) זאָל קענען זאָגן קדיש.
דאָס שיבֿעה־זיצן זעט אָבער אָפֿט מאָל אויס גאַנץ אַנדערש ווי די ריטואַלן, וואָס ווערן באַשריבן אין מאָריס לאַמס באַקאַנטן וועגווײַזער, The Jewish Way in Death and Mourning. אין די פֿריִערדיקע דורות, און ווי עס טוען הײַנט ווײַטער טראַדיציאָנעלע ייִדן, זיצן די אָבֿלים זיבן טעג אויף נידעריקע בענקלעך; די שכנים און פֿרײַנד ברענגען זיי אָפּגעבאַקענע אָדער געקויפֿטע מאָלצײַטן; די אָבֿלים דערציילן וועגן דעם ניפֿטר, דריקן אויס זייער צער, און פֿון צײַן צו צײַט — וויינען זיי אויך. די באַזוכער זיצן אַ 20־30 מינוט, ווינטשן זיי „המקום ינחם‟ אָדער „איר זאָלט מער נישט וויסן פֿון קיין צער‟, און גייען אַהיים.
אָבער אין „כּנסת־ישׂראל‟, אַ רעפֿאָרם־טעמפּל אין עלקין־פּאַרק, פּענסילוועניע, זיצן ס׳רובֿ פֿון די אָבֿלים בלויז דרײַ טעג, און די שטימונג נאָכן אַהיימקומען פֿון בית־עולם איז גאַנץ לעבעדיק, האָט ראַבינער לענס סאָסמאַן געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „בײַ אַ געוויינטלעכער שיבֿעה פֿון אַ מיטגליד פֿון אונדזער שיל, באַשטעלט מען עסן פֿון אַ ליוועראַנט [׳קייטערער׳], און ס׳ליגן אויסגעשפּרייט טאַצן פֿול מיט ׳דעלי-עסן — פּאַסטראַמע־שניטקעס, בייגל, לאַקס און שמירקעז — סײַ פֿאַר די אָבֿלים, סײַ באַזוכער. אָפֿט מאָל איז די שיבֿעה די איינציקע געלעגנהייט, וואָס מענטשן באַשטעלן אַזוינע היימישע ייִדישע שפּײַזן, ווײַל בדרך־כּלל, עסט מען עס נישט מער.‟
דער פֿענאָמען פֿון אַ דרײַ־טאָגיקער שיבֿעה, וווּ די שטימונג איז נישט אַזוי טרויעריק, איז נישט קיין נײַעס, האָט ד״ר וואַנעסאַ אָקס, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון רעליגיעזע און ייִדישע שטודיעס בײַם ווירדזשיניער אוניווערסיטעט, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „מיט צענדליקער יאָרן צוריק האָט מען שוין געזען ווי מענטשן זיצן בלויז איין טאָג אָדער דרײַ טעג שיבֿעה; וווּ די שטימונג אין שטוב איז ענלעך צו אַ ׳קאָקטייל׳־אָוונט — מע סערווירט ׳קייטערט׳ עסן, און אַפֿילו משקה,‟ האָט אָקס באַמערקט. „ווי עס זעט מיר אויס, האָט מען פּשוט איבערגענומען געוויסע עלעמענטן פֿון דער אַמעריקאַנער קריסטלעכער טראַדיציע נאָך אַ לוויה, וווּ די שטימונג איז, בדרך־כּלל, צו ׳שעפּן נחת פֿונעם לעבן׳ פֿונעם נפֿטר.
אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע יאָרן, ווען מענטשן האָבן מנחם־אָבֿל געווען, טראָגנדיק אָנצוגן און אַנדערע פֿאָרמעלע קליידער, זענען די מלבושים פֿון די באַזוכער הײַנט אַ סך מער אויסגעשפּאַנט. „כ׳האָב שוין אַפֿילו געזען ווי מענטשן קומען אַרײַן, טראָגנדיק זייערע לויף־קאָסטיומען,‟ האָט אָקס געזאָגט.
אָפֿט מאָל, ווען די אָבֿלים קומען אַהיים פֿון בית־עולם — האָט סאָסמאַן דערציילט — פֿירט מען זיך אויף נישט־אַנדערש ווי געוויינטלעך. „מע חכמהט זיך, מע לאַכט, מע גיט איינער דעם אַנדערן אַ חבֿרישן קלאַפּ אין דער פּלייצע. אינטערעסאַנט איז אָבער, אַז דווקא די צענערלינגען (׳טיניידזשערס׳) פֿונעם אָבֿל ווערן אָפֿט מאָל אויפֿגעבראַכט וועגן דעם, ווײַל זיי אַליין פֿילן נאָך אַלץ די שווערע שטימונג פֿון דער לוויה. דערפֿאַר דערקלער איך תּמיד די יוגנע לײַט, נאָך איידער זיי פֿאָרן צום בית־עולם, אַז זייערע עלטערן וועלן אפֿשר נישט אויסזען טרויעריק די גאַנצע צײַט, אָבער אַז דאָס איז נאַטירלעך — ס׳איז פּשוט אַן אופֿן זיך אַ ביסל גרינגער צו מאַכן דאָס געמיט.‟
„אין אַמעריקע איז מען נישט אַזוי באַקוועם מיטן געדאַנק פֿון אַרײַנברענגען אין שטוב די שווערע שטימונג,‟ האָט ד״ר דזשאָנאַטאָן סאַרנאַ, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, דערקלערט. „זיי ווילן גיכער איבערלאָזן דעם טרויער־עלעמענט בײַ דער לוויה און אויפֿן בית־עולם. לייגט זיך דעריבער אויפֿן שׂכל, אַז אויב מע נעמט אַרויס די ׳טויט־טעמע׳ פֿון דער שטוב, ווערט די אַטמאָספֿער במילא פֿאַרוואַנדלט אין אַ מין ׳רעסעפּשאָן׳ [קבלת־פּנים].‟
הגם עס זעט אויס, ווי דער אונטערשייד אין זיצן שיבֿעה ווערט באַשטימט דור דעם צי דער אָבֿל געהערט צו אַן אָרטאָדאָקסישער אָדער טראַדיציאָנעלער קהילה צי נישט, האַלט קערי אָליצקי, עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿונעם Jewish Outreach Institute, אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס פּרוּווט אַרײַנציִען אָפּגעפֿרעמדטע משפּחות און געמישטע פּאָרפֿעלקער, אַז ס׳איז נישט אַזוי.
„דער גרויסער חילוק הײַנט איז נישט צווישן די פֿאַשידענע רעליגיעזע שטראָמען פֿון ייִדישקייט, נאָר גיכער צווישן די ייִדן, וואָס פֿילן זיך ווי אַ טייל פֿון דער ייִדישער ׳משפּחה׳ און די וואָס נישט,‟ האָט ער געזאָגט. די מער ליבעראַלע ייִדן נעמען די שיבֿעה יאָ ערנסט אויב זיי פֿילן אַ פֿאַבינדונג מיט די אַנדערע ייִדן אין זייער קהילה, האָט ער צוגעגעבן. על־פּי־דין, למשל, אויב אַ ייִד זיצט שבֿעה און עס קומט אָן אַ יום־טובֿ, שטעלט זיך אָפּ די שיבֿעה. „פֿון דעסטוועגן, וועלן די מענטשן, וואָס זענען צוגעוווינט צו העלפֿן אָבֿלים עס ווײַטער טאָן, אַפֿילו בשעת און נאָכן יום־טובֿ,‟ האָט אָליצקי געזאָגט. „ זיי טוען עס נישט דווקא ווײַל מע פֿאָדערט עס פֿון זיי, נאָר פּשוט ווײַל זיי האַלטן, אַז ס׳איז די ריכטיקע זאַך צו טאָן.‟
ס׳רובֿ סינאַגאָגעס האָבן הײַנט אַ שיבֿעה־קאָמיטעט צו העלפֿן דעם אָבֿל מיט דער שיבֿעה. אין „בית־ישׂראל‟, אַ רעפֿאָרם־טעמפּל אין שאַרלאָטסוויל, ווירדזשיניע, אַראַנזשירט דער קאָמיטעט די מאָלצײַט אינעם אָבֿלס שטוב, נאָכן אַהיימקומען פֿון בית־עולם. די מיטגלידער פֿונעם קאָמיטעט בלײַבן נאָכן דאַווענען, כּדי צו זיצן מיטן אָבֿל, פֿרעגן אים וועגן דעם פֿאַרשטאָרבענעם. געוויינטלעך אָבער דויערט די שיבֿעה בלויז איין טאָג.
אין „כּנסת־ישׂראל‟ איז דאָס הויפּט־אַחריות פֿונעם שיבֿעה־קאָמיטעט אָנצופֿירן מיטן מנין אינעם אָבֿלס שטוב. „אַ סך מיטגלידער, וואָס האָבן ווייניק שײַכות מיט דער סינאַגאָגע וועלן גערן זיך אָנשליסן אין דעם קאָמיטעט, און דערפֿאַר באַשטייט דער מנין געוויינטלעך פֿון 12 ביז 20 מענטשן.‟
הײַנט זענען אַפֿילו דאָ ספּעציעלע פֿירמעס, וואָס אַראַנזשירן די שיבֿעה, בפֿרט פֿאַר די אָבֿלים, וואָס געהערן נישט צו קיין סינאַגאָגע. אין לאָס־אַנדזשעלעס, למשל, קענען די אָבֿלים אָנשטעלן די ׳שיבֿעה־שוועסטער‟ (www.shivasisters.com) — דנה בלאַק און אַליסאָן מאָלדאָ — צו העלפֿן זיי מיט אַלע אַספּעקטן פֿון דער שיבֿעה: צושטעלן וואַסער בײַ דער טיר פֿונעם אָבֿל, אַז די באַזוכער זאָלן זיך וואַשן נאָכן צוריקקומען פֿון בית־עולם; באַדעקן די שפּיגלען, אָנצינדן יזכּור־ליכט, און צושטעלן נידעריקע בענקלעך.
די „שיבֿעה־שוועסטער‟ טוען אָבער אויך אַ סך אַנדערע זאַכן: זיי באַשטעלן אַ שיינעם שמאָרגעסבאָרד בײַם ליוועראַנט, פֿאַר די אָבֿלים און געסט. און אויב די אָבֿלים ווילן, באַשטעלן זיי אויך אַ פֿאָטאָגראַף, ווידעאָגראַף, קינדהיטער און אַפֿילו valet parking (שאָפֿערן צו פּאַרקירן די אויטאָס פֿון די באַזוכער).
די „שיבֿעה־שוועסטער‟ האַלטן, אַז זיי טוען אַ וויכטיקע אַרבעט פֿאַר די אָבֿלים, וואָס געהערן נישט צו קיין שיל אָדער ייִדישער קהילה. „מיט יאָרן צוריק האָט מען געוווּסט, אַז געסט וועלן ברענגען די אָבֿלים אַ טאָרט אָדער מאָלצײַטן,‟ האָט מאָלדאָ געזאָגט. „הײַנט וועט אָבער קיינער נישט פֿרעגן בײַם אָבֿל: ׳קען איך דיר מאַכן אַ קוגל?׳ יענע טעג זענען שוין לאַנג פֿאַרבײַ.‟
לאָרי פּאַלאַטניק, אַ רביצין, וועלכע פֿירט אָן מיט אַ ווידעאָ־בלאָג בײַ דער קירובֿ־וועבזײַט Aish.com, האַלט, אַז די ענדערונגען בײַם זיצן שיבֿעה אין אַמעריקע, באַעוולען די אָבֿלים אַליין. „דאָס וואָרט ׳שיבֿעה׳ מיינט דאָך ׳זיבן׳,‟ האָט זי געזאָגט. „לויט דער ייִדישער טראַדיציע איז די ציפֿער זיבן זייער וויכטיק, ווײַל עס רעפּרעזענטירט די דערגאַנצונג פֿון דער וועלט, אַזוי ווי די זיבן טעג פֿון בריאת־העולם.
„מענטשן מיינען, אַז ס׳איז גרינגער צו זײַן אַן אָבֿל פֿאַר בלויז דרײַ טעג, כּדי נישט ׳אויסצוציִען דעם טרויער׳, אָבער דאָס איז אַ גרויסער טעות,‟ האָט פֿרוי פּאַלאַטניק געזאָגט. זי האָט דערציילט וועגן אַ סטודענטקע אירער, אַ דערוואַקסענע פֿרוי, וואָס האָט באַשלאָסן צו זיצן שיבֿעה בלויז דרײַ טעג, ווײַל אַזוי האָט זיך געפֿירט אין אירע קרײַזן. „איך בין געקומען מנחם־אָבֿל זײַן — האָט פֿרוי פּאַלאַטניק דערציילט — און ווען איך וואָלט נישט געוווּסט, אַז עמעצער איז ערשט געשטאָרבן, וואָלט איך געטראַכט, אַז איך בין אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ ׳קאָקטייל־פּאַרטי׳, מיט אַ סך עסן, געלעכטער און משקה.‟ זי האָט געזוכט איר סטודענטקע, און זי געפֿונען אין קיך, וווּ זי האָט געהאַלטן אין מיטן אויסטיילן אינסטרוקציעס די קעלנערינס.
„האָב איך זי גענומען בײַ דער האַנט, געבעטן זי זאָל מיר דערציילן וועגן דער מאַמען, און דערנאָך האָב איך איר געזאָגט, אַז אין דער אמתן דאַרף זי נישט צוגרייטן דאָס עסן און געטראַנקען, אָדער זײַן אַ גאַסטגעבער. האָט זי מיר געענטפֿערט: ׳איך ווייס דאָס, אָבער יעדער ריכט זיך, אַז איך זאָל עס טאָן.׳‟
מיט עטלעכע וואָכן שפּעטער האָט די פֿרוי געקלונגען דער פֿרוי פּאַטאַלניק און נאָכגעגעבן, אַז ס׳איז טאַקע געווען אַ טעות, וואָס זי האָט געטאָן. נאָכן סוף פֿון די דרײַ טעג, איז יעדער זיך צעפֿאָרן; איר מאַן איז צוריקגעגאַנגען צו דער אַרבעט, און אַלע האָבן זיך געריכט, אַז זי וועט אַליין צוריקגיין צום טאָג־טעגלעכן לעבן. „אָבער איך האָב קיין מאָל נישט געהאַט קיין געלעגנהייט צו טרויערן נאָך מײַן מאַמע,‟ האָט זי מיט דערשטיקטע טרערן געזאָגט.
„ס׳איז אַ שאָד, וואָס אַ סך אָבֿלים האָבן הײַנט נישט קיין געלעגנהייט באמת צו טרויערן,‟ האָט סאַרנאַ באַמערקט. „פֿון אַ פּסיכאָלאָגישן שטאַנדפּונקט, איז דאָס טראַדיציאָנעלע שיבֿעה־זיצן, וווּ דער אָבֿל טרויערט זיבן טעג לאַנג, ווערט געטרייסט פֿון פֿרײַנד און זאָגט קדיש (אַפֿילו עלף חדשים לאַנג, אויב דער נפֿטר איז אַ טאַטע אָדער מאַמע) אַ גרויסע הילף דעם אָבֿל.‟
אַ מאָל בעטן די אָבֿלים, אַז מע זאָל נישט קומען מנחם־אָבֿל זײַן, טאַקע דערפֿאַר ווײַל זיי זאָרגן זיך, אַז מע וועט זיי נישט לאָזן טרויערן, האָט דערקלערט דזשאַנעט לויכטער, אַ חזנטע בײַם „גרינבורג היברו סענטער‟, אַ קאָנסערוואַטיווע שיל אין דאָבס־פֿערי, נ״י. מיט אַ חודש צוריק האָט אַ פֿרוי, וואָס וווינט אין אַ בנין פֿאַר עלטערע לײַט, פֿאַרלוירן איר דערוואַקסענע טאָכטער, צוליב אַ זעלטענער קראַנקייט, און זי האָט בפֿירוש געזאָגט לויכטער, אַז זי וויל נישט קיין „עפֿנטלעכע‟ שיבֿעה. „איך וויל נישט דעם טומל און די ׳שׂימחה־אַטמאָספֿער׳,‟ האָט די פֿרוי געזאָגט. „כ׳וויל פּשוט אַרײַן צו מיר אין שלאָפֿצימער, פֿאַרמאַכן די טיר און זיצן אַליין.‟
דער פֿרויס זון און שנור האָבן זי אָבער נישט געפֿאָלגט, און דערלויבט דער שיל און דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער פֿרויס בנין צו מעלדן וועגן דער שיבֿעה. ווי אַ פּועל־יוצא האָבן אַ סך מענטשן איר מנחם־אָבֿל געווען — און די פֿרוי האָט דווקא אויסגעזען גערירט דערפֿון. „קוקנדיק אויף די מענטשן, וואָס זיצן לעבן איר, האָט זי, אַ פּנים, דערזען, אַז ס׳האָט נישט קיין טעם פֿון אַ שׂימחה און איז בכלל נישט קיין עול פֿאַר איר, נאָר פֿאַרקערט — עס האָט זי געטרייסט,‟ האָט לויכטער געזאָגט.
סאָסמאַן האַלט אָבער, אַז דאָס שיבֿעה זיצן שפּילט פֿאָרט אַ וויכטיקע ראָלע פֿאַר די אָבֿלים, אַפֿילו אויב זיי טוען עס נישט אויף אַ טראַדיציאָנעלן אופֿן. „בײַ אַ סך פֿון זיי איז עס סימבאָליש זייער וויכטיק, ווײַל צום ערשטן מאָל אין אַ לאַנגער צײַט פֿילן זיי זיך טאַקע ווי ייִדן,‟ האָט ער דערקלערט. „פֿרײַטיק־צו־נאַכטס קומען זיי אַפֿילו אין שיל צו זאָגן קדיש און וועלן אָפֿט מאָל נאָך אַלץ טראָגן די ׳קריעה׳ [די צעריסענע באַנד, וואָס אַן אָבֿל טראָגט ווי אַ סימן פֿון טרויער], כאָטש זיי ווייסן, אַז שבת טראָגט מען נישט קיין קריעה.‟
„איך זאָג זיי אָבער גאָרנישט — האָט סאָסמאַן געזאָגט — ווײַל עס גייט זיי, אַ פּנים, שטאַרק אָן, אַז די קהילה זאָל וויסן, זיי זענען אָבֿלים, און אַז זיי פֿירן דורך אַ וויכטיקן ייִדישן מנהג.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.