אַ נײַ שמועס־ביכל צו באַזוכן ייִדישלאַנד

A New Phrasebook for Travellers to Yiddishland


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published December 20, 2013, issue of January 17, 2014.

איך האָב ליב שפּראַכן, און איך האָב אויך ליב צו פֿאָרן אין אויסלאַנד; איז זאָל בײַ קיינעם ניט זײַן קיין חידוש, וואָס איך פֿאַרמאָג אַ היפּשע צאָל שמועס־ביכלעך פֿאַר די רײַזנדיקע, וועלכע ווילן זיך פֿאַרשטענדיקן אויף פֿאַרשידענע לשונות. דעם אמת געזאָגט, קויף איך געוויינטלעך ניט די ביכער, כּדי זיך אויסצולערנען אַ שפּראַך אָדער אַפֿילו צו קענען זיך פֿאַרשטענדיקן אויף אַ שפּראַך, וואָס איך האָב ניט די צײַט געהעריק שטודירן (כאָטש איך טו דאָס צומאָל אויך); נאָר איך קויף די ביכער, כּדי צו באַקומען אַ טעם פֿון דער שפּראַך און קולטור. ווי אַלע עקצענטרישע פּאַרשוינען וואָס זאַמלען צענדליקער שמועס־ביכלעך צוליב אַזעלכע סיבות, ווייס איך, אַז אָט די ביכער זענען באַמת ניט אַזוי נוצליך, ווען ס׳קומט צום אויסלערנען זיך אַ שפּראַך אָדער אַפֿילו פֿאַרשטענדיקן זיך אויף אַ רײַזע, ווען מע קען די שפּראַך אין גאַנצן ניט.

מער נוצלעך זענען די שמועס־ביכער באַמת פֿאַר די, וואָס באַהערשן שוין אַ ביסל די שפּראַך און קענען מער־ווייניקער זיך פֿאַרשטענדיקן אויף איר, אָבער ווילן קאָנטראָלירן דעם קאָרעקטן טערמין צי פֿראַזע, וואָס מע וועט דאַרפֿן אויף אַ רײַזע. דאָס איז אויך שייך די וואָס רעדן אַ שפּראַך, וואָס איז ענלעך צו דער שפּראַך, וואָס מע רעדט אין אַ געוויסן לאַנד. צוליב דעם, למשל, וואָס איך רעד שפּאַניש און ייִדיש, האָב איך געפֿונען, אַז איך קען זיך גרינג אויסלערנען פֿראַזעס פֿאַר רײַזנדיקע אויף דײַטש, פּאָרטוגעזיש און פֿראַנצויזיש פֿון אַזעלכע ביכער, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס איך רעד באַמת ניט אָט די שפּראַכן. מיט כיזעניש, אָבער, העלפֿט מיר אַזאַ ביכל, ווי אַ טויטן באַנקעס.

דאָס באַקאַנסטע שמועס־ביכל פֿאַר ייִדיש איז בלי־ספֿק, „זאָגט עס אויף ייִדיש‟, וואָס אוריאל און בינע ווײַנרײַך האָבן אַרויסגעגעבן אין 1958, דורכן פֿאַרלאַג „דאָווער‟, ווי אַ טייל פֿון זייער ריזיקער סעריע שמועס־ביכלעך, „זאָג עס אויף…‟, וואָס זענען בעצם געצילט אויף רײַזנדיקע וואָס פֿאָרן אין אויסלאַנד.

דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער אַנגלאָ־ייִדישער שרײַבער מײַקל טשייבאָן האָט אין 1997 פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דעם ביכל אינעם חשובֿן זשורנאַל „האַרפּערס‟ (Harpers). אינעם אַרטיקל האָט טשייבאָן עס אָנגערופֿן „דאָס סאַמע טרויעריקסטע און אַברוסדישע בוך, אין וועלכן איך האָב זיך אַ מאָל אָנגעשטויסן‟. ער האָט דערקלערט, אַז נאָכן חורבן, איז דאָס בוך פּושט אומנוצלעך, ווײַל ס׳איז ניטאָ קיין שום לאַנד אויף דער וועלט, וווּ מע קען רעדן מיט דער פּאָליציי אויף מאַמע־לשון. כאָטש ס׳איז מיר קלאָר, אַז דער שרײַבער האָט געשריבן דעם אַרטיקל אָן אַ בייזן ווילן, האָט ער גורם געווען אַ ריזיקע קאָנטראָווערסיע אויף דער ייִדישיסטישער אינטערנעץ־רשימה „מענדעלע‟, אויף וועלכער געוויסע ייִדיש־פֿאָרשער און קולטור־טוער האָבן דעם אַרטיקל אָנגענומען ווי אַ פּאַטש אין פּנים. דער אינצידענט האָט אינספּירירט דעם מחברס באַקאַנטן ראָמאַן, „דער פֿאַראיין פֿון די ייִדישע פּאָליציאַנטן‟, אין וועלכן ער שטעלט פֿאָר אַן אַלטערנאַטיווע ווירקלעכקייט אין וועלכער אַ גרויסע צאָל ייִדיש־רעדנדיקע האָבן זיך געהאַט באַזעצט אין אַלאַסקע, גלײַך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.

כאָטש געוויסע פֿראַזעס וואָס האָבן צו טאָן מיט רעגירונגס־לײַט (למשל, זיכערהייט בײַם פֿליִען און פּאָסט־אַמטן), זענען ניט געווען נוצלעך אינעם רעאַלן לעבן, האַלט איך, אַז אַזאַ שמועס־ביכל פֿאַר רײַזנדיקע אויף ייִדיש איז דווקא געווען אַ נוצלעכע אין די 1950ער יאָרן. ס׳זענען נאָך אַלץ געווען אַ סך ייִדיש־רעדנדיקע אין מדינת־ישׂראל, וועלכע האָבן געאַרבעט מיט טוריסטן און פֿאַר די אַמעריקאַנער, וואָס האָבן געקענט אַ ביסל ייִדיש פֿון דער היים, און דאָס ביכל וואָלט זיי געקענט העלפֿן, למשל, בײַם רעזערווירן אַ האָטעל־צימער, באַשטעלן עסן אָדער דינגען אַן אויטאָ. אָבער אינעם 21סטן יאָרהונדערט זעט אויס אַזאַ ביכל יאָ אַ ביסל אויסטערליש, אויב מע פּלאַנירט צו נוצן עס טאַקע, כּדי צו רעדן מיט שאָפֿערן און דאָקטוירים אין אויסלאַנד. הײַנט לייגט עס זיך פֿיל מער אויפֿן שׂכל אויב מע פֿאָרט קיין ישׂראל צו קויפֿן אַזאַ שמועס־ביכל אויף העברעיִש.

צוליב דעם איז מיר געווען אַ חידוש, ווען איך האָב פֿאַראַכטאָגן דערזען דאָס נײַע ביכל „ייִדיש: אַ ווערטערבוך און שמועס־ביכל‟, צונאויפֿגעשטעלט פֿון דער ייִדיש־פּראָפֿעסאָרשע וועראַ סאַבאָ, וואָס דער פֿאַרלאַג „היפּאָקרין‟ אין ניו־יאָרק האָט הײַיאָר אַרויסגעגעבן. פֿאַר וואָס עקזיסטירט עס הײַנט, אַזאַ ביכל, און פֿאַר וועמען? וואָס פֿאַר אַ געשעפֿטסמאַן וועט דאַרפֿן וויסן, ווי אַזוי צו פֿאַרהאַנדלען וועגן זײַנע שׂכירות אויף ייִדיש? ניט נאָר איך, נאָר אויך די מחברטע וועראַ סאַבאָ אַליין, האָט געפֿרעגט וועגן דער נוצלעכקייט פֿון אַזאַ ביכל.

בעת אַן אינטערוויו אין יוני מיט דער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול‟, האָט סאַבאָ איבערגעבן: „דער פֿאַרלאַג האָט מיר געזאָגט, אַז מע וויל דרוקן אַ פּראַקטיש ווערטערבוך, פֿאַר טוריסטן און געשעפֿטס־לײַט. און מע האָט מיר געגעבן אַ רשימה פֿון ווערטער, וואָס זיי האָבן צונויפֿגעשטעלט…. קוקנדיק אויף דער רשימה, האָב איך בײַם אָנהייב געלאַכט! ווײַל ווער גייט דורך customs (בלע׳׳ז צאָל־אַמט) אויף ייִדיש? קיינער ניט. אָבער אַזוי איז עס, זיי האָבן געזאָגט, אַז דאָס איז וואָס זיי ווילן.‟ וועראַ האָט דערקלערט פֿאַר די צוהערער, אַז זי האָט געלאָזט וויסן דעם פֿאַרלאַג, אַז ס׳לייגט זיך אַפֿשר מער אויפֿן שׂכל צו מאַכן אַזאַ ביכל אויף חסידיש־ייִדיש, ווײַל דאָס איז די שפּראַך פֿון הונדערטער טויזנטער מענטשן וואָס רעדן זי טאָג־טעגלעך. דער פֿאַרלאַג האָט אָבער געוואָלט מאַכן דאָס ווערטערבוך דווקא אויף אַ מער אַקאַדעמישער שפּראַך.

כּדאַי צו באַמערקן, אַז דער פֿאַרלאַג „היפּאָקרין‟ האָט אַזאַ שיטה. זיי האָבן אַרויסגעגעבן אידענטישע שמועס־ביכער אויף אַ סך קליינע שפּראַכן, וואָס מע נוצט באַמת ניט פֿאַר קיין טוריסטישע אָדער געשעפֿטסלעכע צוועקן, ווי קעזשין־פֿראַנצויזיש און אַפֿילו האַווײַיש. פֿאַרשטייט זיך אַז אין פֿאַרגלײַך מיט ייִדיש זענען די־אָ שפּראַכן אַפֿילו מער מאָדנע פֿאַר אַזאַ ביכל, ווײַל ס׳זענען ניטאָ קיין האָטעלן אין לויִזיאַנאַ, וואָס פֿירן זיך בלויז אויף קעזשין־פֿראַנצויזיש; און די אַלע מענטשן וואָס רעדן אָט די שפּראַכן, קענען אויך פֿליסיק ענגליש (עפּעס וואָס איז דאָך ניט אַמת מיט ייִדיש, אַפֿילו אין אַמעריקע!) איז, אַזאַ ביכל פֿאַר קעזשין־פֿראַנצויזיש אָדער האַווײַיש אַפֿילו מער אומפּראַקטיש ווי פֿאַר ייִדיש.

מער נוצלעך וואָלט געווען, ווען מע זאָל מאַכן אַזאַ ביכל וואָס דערקלערט וועגן דעם אַקטועלן לעבן פֿון די וואָס רעדן אויף איר. איך האָב זיך אַמאָל, אָנגעשטויסן אויף אַזאַ ביכל פֿאַר קעשואַ, אַן אינדיאַנער שפּראַך, וואָס מיליאָנען מענטשן רעדן אין פּערו און עקוואַדאָר. אין די אָפּטיילונגען וואָס באַהאַנדלען לופֿטפֿעלדער און פּאָליציי־סטאַנציעס, האָט דאָס ביכל דערקלערט, אַז אין אַזעלכע ערטער רעדט מען באמת שפּאַניש און איבערגעגעבן די נייטיקע פֿראַזעס אויף דער שפּראַך פֿון סערוואַנטעס. אָבער דאָס בוך האָט אויך צוגעגעבן פֿילע אוניקאַלע פֿראַזעס, וואָס מע וואָלט באַמת יאָ געדאַרפֿט אין די הויכע בערג פֿון פּערו, וווּ אַ סך מענטשן קענען בלויז יענע שפּראַך פֿון די אינקאַס. דווקאַ צוליב אַזעלכע פֿראַזעס ווי „איך דאַרף אַ רפֿואה אויף מיגל צוליב דער הייך (altitude sickness בלע׳׳ז) און „צי מעג איך אָפּשערן אַ ביסל וואָל פֿון דײַן לאַמע, צו נוצן פֿאַר מײַנע הענטשקעס‟ - איז דאָס בוך מיר באַמת געווען אינטערעסאַנט. אויף ייִדיש וואָלטן ענלעכע פֿראַזעס געקענט זײַן „איך וויל קויפֿן אַ מזוזה‟, אָדער אַפֿילו „וווּ קען מען באַשטעלן אַ סגולה אויף אַ גוטן שידוך?‟

ניט געקוקט אויף דעם דוחק אין קולטורעלער אינפֿאָרמאַציע, איז ד׳׳ר סאַבאָס ביכל פֿאָרט זייער אינטערעסאַנט צוליב דעם, וואָס עס פֿאַרמאָגט טערמינען וואָס האָבן פּשוט ניט עקזיסטירט אין קיין פֿריִיִקע שמועס־ביכלעך פֿאַר ייִדיש. געוויסע פֿראַזעס דעקן באַגריפֿן, וואָס האָבן עקזיסטירט אויף ייִדיש אָבער, מע האָט זיי ניט געשריבן אין קיין שמועס־ביכער, צוליב די קאָנסערוואַטיווע קולטורעלע נאָרמעס פֿון יענער צײַט. אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון אַזעלכע פֿראַזעס זענען: „צי האָט איר ליב מענער אָדער פֿרויען?‟, אָדער „איך דאַרף אַ טעסט פֿאַר סעקסועל־פֿאַרשפּרייטע קרענק‟. אַנדערע באַהאַנדלען באַגריפֿן, וואָס האָבן פּשוט ניט עקזיסטירט אין די 1950ער יאָרן אַזוי ווי: „ווי אַזוי שטעלט מען אָן דעם קאָמפּיוטער?‟ און „מײַן או־עס־בע פּאָרט איז קאַליע געוואָרן.‟

די גרעסטע פּראָבלעם פֿונעם ביכל איז וואָס אַ סך פֿון די ווערטער זענען נעאָלאָגיזמען, וואָס ניט יעדער איינער וועט זיי קענען פֿאַרשטיין. דאָס איז ניט נאָר אַ פּראָבלעם פֿון דעם ייִדישן שמועס־ביכל, נאָר פֿון די שמועס־ביכער אויף אַ סך אַנדערע שפּראַכן, אַפֿילו גרויסע, ווי שפּאַניש. די צרה באַשטייט אין דעם וואָס מע שאַפֿט אַזעלכע ביכער פֿון ווערטער־ליסטעס, געשריבן אויף ענגליש, וואָס אַנטהאַלטן כּמעט נאָר סובסטאַנטיוון. ענגליש איז גאָר אָנגעפֿילט מיט סובסטאַנטיוון און זייער אָפֿט קומט עס אויס, אַז ס׳איז מער נאַטירלעך אויסצודריקן עפּעס אויף ייִדיש אָדער שפּאַניש מיט 4 אָדער 5 ווערטער, בעת ענגליש וואָלט זיך באַנוצט מיט איין טערמין. צוליב דעם איז די טענדענץ פֿון אַ סך לעקסיקאָגראַפֿן צו שאַפֿן נײַע ווערטער, וואָס זאָלן זיך גוט אַרײַנפּאַסן אין אַ ווערטערבוך איידער צו שרײַבן דערקלערונגען, וואָס „פֿילן זיך מער באַקוועם‟ אין מויל. אינעם ייִדישן שמועס־ביכל געפֿינט מען אַזעלכע ווערטער ווי „פּיצערײַ‟ (אַ רעסטאָראַן וואָס סערווירט פּיצע), „הינטערשע נאָזרינונג‟ (ווען מע האָט שליים אינעם האַלדז וואָס רינט פֿון דער נאָז) און „אינלענדישער טעלעפֿאָן־קלונג‟ (ווען מע קלינגט עמעצן אינעם זעלביקן לאַנד).

כאָטש עס איז ניט דאָס סאַמע נוצלעכסטע שמועס־ביכל אויף דער וועלט, קומט דער מחברטע אַ יישר־כּוח פֿאַר איר צושטײַער צו דער ייִדישער לעקסיקאָגראַפֿיע און דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור. דאָס ביכל איז באמת אַ פּאַסיקער רעסורס פֿאַר די, וואָס קענען שוין אַ ביסל ייִדיש און פּלאַנירן צו פֿאָרן אויף דער ייִדיש־וואָך אָדער אויף „ייִדיש־פֿאַרם‟.